תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
עס קומט יעצט זומער, איך וועל אי"ה נאכאמאל האבן די זכי' צו זיין א מלמד אין לויף פונעם זומער, לערנען תורה ויראת שמים מיט מיינע טייערע תלמידים.
ביי אונז אין קעמפ איז אויסגעשטעלט אז פרייטאג צו נאכטס זינגען די מלמדים מיט די אינגלעך די זמירות ביז קידוש אין בית המדרש נאכ'ן דאווענען, אין די צייט מאכן די מדריכים די סעודה ביי זיך אינדערהיים, און דערנאך גייען די מלמדים אהיים צו זייער באנגעלאו מאכן זייער סעודה.
מיין שאלה איז צי איך דארף איבערזינגען די זמירות נאכאמאל אינדערהיים אלס חינוך, אדער פעלט עס נישט אויס ווייל איך האב שוין געזינגען אין שול, בפרט אז מיין גרויסער זון קומט דאך אויך אין שול און הערט מיר דארט זינגען, און מיין משפחה ווייסט אז איך זינג אין שול מיט די תלמידים.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ביי אונז אין ישיבה אין די זומער וואכן, ווען די בחורים עסן אינאיינעם די סעודות שבת, בלייב איך מיט זיי נאכן דאווענען זינגען זמירות: "שלום עליכם", "רבון כל העולמים" און "אשת חיל", ווייל עס זענען דא בחורים וואס קומען פון שטיבער וואס מען זעצט זיך גלייך עסן, מען זינגט נישט קיין זמירות וכו', וויל איך זיי ווייזן ווי אזוי א שבת סעודה דארף אויסזען; סעודות שבת הויבט מען אן מיט זמירות, מען זינגט לכבוד די מלאכים, מען באגריסט די מלאכים וואס באגלייטן דעם איד אהיים פון שול.
נאכן זינגען מאכט א בחור קידוש פאר די בחורים, און נאך קידוש גיי איך אהיים מאכן די סעודה מיט מיין משפחה. שפעטער נאך די סעודה קום איך צוריק צו די בחורים זינגען מיט זיי זמירות און שיינע ניגונים לכבוד שבת.
ווען איך קום אהיים זינג איך איבער די זמירות: "שלום עליכם", "רבון כל העולמים" און "אשת חיל", ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קד) אז זמירות שבת איז דער עיקר פון אידישקייט; וויל איך מיינע קינדער זאלן אויך זינגען זמירות, און ווייל עס איז גאר אנדערש די סעודה ווען מען הויבט עס אן מיט זמירות.
אויך לכבוד די מלאכים וואס באגלייטן אהיים פון שול. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בערב שבת מבית הכנסת לביתו", צוויי מלאכים באגלייטן דעם איד פון שול אהיים פרייטאג צו נאכטס, "אחד טוב ואחד רע", א גוטער מלאך און א שלעכטער מלאך, ווען מען קומט אהיים און אלעס איז גוט, די שטוב איז צאמגענומען, עס איז דא א שיינע געדעקטע טיש מיט שבת ליכט, און די בעטן זענען שיין געמאכט - וואונטשט דער גוטער מלאך א ברכה: "יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך", עס זאל זיין די ווילן פונעם אייבערשטן אז דעם קומענדיגן שבת זאל אויך זיין אזוי שיין, און דער שלעכטער מלאך האט נישט קיין אנדערע ברירה, ער מוז צושטימען און אויך וואונטשן. און אויב חס ושלום די שטוב איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין וואונטשט דער שלעכטער מלאך אז די קומענדיגע וואך זאל אויך אזוי זיין, און דער גוטער מלאך דארף בעל כרחו זאגן אמן; ממילא פאסט אז ווען די מלאכים קומען אהיים זאל מען זיי באגריסן מיט שלום עליכם.
אזוי אויך די תפילה פון "רבון כל העולמים"; דאס איז דאך א מורא'דיגע תפילה, דאס וועקט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי נתן פלעגט גיסן טייכן טרערן ביי די תפילה, אזוי אויך אנשי שלומינו זאגן די תפילה מיט א שטארקע בענקשאפט צום אייבערשטן. מען קען שפירן דעמאלט זייער א גוטע טעם, ווייל די שטוב איז פול מיט מלאכים. אויסער די צוויי מלאכים - קומען מיט טויזנטער מלאכים וואס ווערן באשאפן דורכאויס די וואך פון אלע מצוות וואס א איד טוט.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא ויקהל, א): "עַל כָּל מִצְוָה שֶׁאָדָם עוֹשֶׂה", אויף יעדע מצוה וואס א איד טוט, "מוֹסְרִין לוֹ מַלְאָךְ", געבט מען אים א מלאך, "לְשָׁמְרוֹ" אים צו היטן; דעריבער איז זיכער בעסער נאכאמאל צו זינגען די זמירות און נאכאמאל זאגן די תפילה אין שטוב ביים שבת טיש, צוליב די אלע טעמים.
אזוי אויך שבת אינדערפרי מאך איך אלץ איבער קידוש אין שטוב, אפילו מיר מאכן קידוש אין שול, ווייל א סעודה הויבט זיך אן מיט קידוש. אזוי ווי די מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו. איינער האט ארויסגעלאזט א שמועה אז דער חתם סופר זכותו יגן עלינו מאכט נישט קיין קידוש שבת אינדערפרי, ווען באמת פלעגט ער מאכן קידוש, גיין אביסל לערנען און נאכדעם מאכן די סעודה. איינמאל איז געווען ביי אים א גאסט, יענער האט נישט געוויסט אז דער חתם סופר האט שוין קידוש געמאכט, ער איז געקומען צו די סעודה און געזען ווי דער היילגער חתם סופר גייט זיך וואשן אן מאכן קידוש, איז ער געגאנגען זאגן אז דער חתם סופר מאכט נישט קיין קידוש; פון דעמאלט האט ער אלץ איבערגעמאכט קידוש.
אזוי אויך וויל איך אז מיינע קינדער זאלן נישט זאגן אז זומער זינג איך נישט קיין שלום עליכם און שבת אינדערפרי מאכט מען נישט קיין קידוש; קינדער דארפן זען גאנצע שיינע סעודות.
וואויל איז דעם וואס מאכט שיינע סעודות; ער זינגט זמירות און דערציילט מעשיות פון צדיקים - וועט ער זוכה זיין צו אמונה, און די קינדער וועלן האבן אמונה.
סעודות שבת איז אמונה, אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר יתרו, פח.): "וּבָעֵי לְאִתְעַנָּגָא בְּכֻלְהוּ סְעוּדְתֵי", מען דארף האבן פארגענוגן ביי אלע דריי סעודות שבת, "וּלְמֶחֱדֵי בְּכָל חַד וְחַד מִנַּיְהוּ", און מען דארף זיין פרייליך ביי אלע דריי סעודות, "מִשׁוּם דְּאִיהוּ מְהֵימְנוּתָא בְּכֻלְּהוּ שְׁלֵימָתָא", ווייל די סעודות שבת ברענגט אמונה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.