תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן צוויי קליינע שאלות, אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע ערקלערן און ענטפערן.
א. איך האב געלערנט אין אשר בנחל חלק ו' מכתב תשי"ב, מוהרא"ש שרייבט דארט: "על כל דבר שצריך לפעול ישפוך תפלות בעושר אליו יתברך תפלה אחר תפלה, עד שיזכה וכו', האב איך געוואלט פרעגן וואס איז פשט ישפוך תפלות בעושר.
ב. וואס האלט דער ראש ישיבה וועגן קויפן די לאטערי?
א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר געבן אטעם צום לעבן; מ'קען דאס ליינען אויף צוויי וועגן, איינס, 'אטעם' - לופט צו אטעמען; און נאך א וועג 'א טעם'. און ביידע זענען ריכטיג.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער אז דו האסט א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל; ווער עס לערנט אשר בנחל וועט אלץ האבן חיזוק, ער וועט אלץ בענקען צום אייבערשטן; עס איז נישטא נאך אזא ספר וואס זאל אזוי מחזק זיין און מעודד זיין ווי דער ספר אשר בנחל.
דער לשון וואס מוהרא"ש שרייבט: "עַל כָּל דָבָר שֶּׁצָּרִיךְ לִפְעֹל - יִשְׁפֹּךְ תְּפִלּוֹת בְּעֹשֶׁר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, תְּפִלָּה אַחַר תְּפִלָּה", אויף יעדע זאך וואס מען וויל פועל'ן זאל מען גיסן תפילות צום אייבערשטן בעשירות; דאס איז א חז"ל, די תורה זאגט (בראשית כה, כא): "וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ", יצחק אבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן פאר קינדער, זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה סג, ה) עס שטייט א לשון 'וַיֶּעְתַּר', עס שטייט נישט 'ויתפלל' אדער אן אנדערע לשון פון תפילה, "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר שֶׁשָּׁפַךְ תְּפִלּוֹת בְּעשֶׁר", 'וַיֶּעְתַּר' איז א לשון פון עשירות, ער האט געגאסן תפילות אזוי ווי אן עושר; אן עושר האט אין יעדע טאש געלט, ווען מען בעט אים געלט נעמט ער און גיסט געלט, וואס ער דארף - גיסט זיך געלט, אזוי האט יצחק אבינו געבעטן דעם אייבערשטן, עס האט זיך געגאסן תפילות פון אים, נאך און נאך און נאך.
בנוגע לאטערי; קויף נישט קיין לאטערי, עס איז א שאד די דאלער, א שאד יעדע פרוטה וואס מען לייגט אריין אין דעם; אז דו ווילסט שפע - זאלסטו טון וואס מוהרא"ש זאגט: "עַל כָּל דָבָר שֶּׁצָּרִיךְ לִפְעֹל - יִשְׁפֹּךְ תְּפִלּוֹת בְּעֹשֶׁר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, תְּפִלָּה אַחַר תְּפִלָּה, עַד שֶׁיִּזְכֶּה וכו'", בעט דעם אייבערשטן:
"רבונו של עולם געב מיר פרנסה, העלף מיר איך זאל קענען מפרנס זיין מיין שטוב, מיין ווייב און קינדער"; בעט און בעט איינמאל און נאכאמאל, א צווייטע מאל, און א דריטע מאל, אן א שיעור; אזוי ווי אן עושר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.