תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין אויפגעוואקסן אין ליטווישע מוסדות, וואו מען לייגט א שטארקע דגוש אז דער מאן זאל לערנען אין כולל, מיט א שאיפה צו בלייבן ביים לערנען א גאנץ לעבן. איך האב פארשטאנען די גרויסקייט און חשיבות פון לערנען די הייליגע תורה, און איך האב באשלאסן אז דאס איז טאקע וואס איך גיי קוקן ווען איך וועל זוכן א שידוך, איך וועל זוכן א בחור וואס פלאנט צו בלייבן לערנען אין כולל.
ווען איך בין אבער געווארן מקורב צו ברסלב, האב איך פארשטאנען אז מען קען לערנען תורה אויך ווען מען גייט ארויס ארבעטן, איך האב געהערט ביי א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט געהאלטן אז יעדער זאל בלייבן לערנען אין כולל, אויך האב איך געלערנט אין ספר הקדוש אשר בנחל אז אויך מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט פאר אינגעלייט אז זיי זאלן גיין ארבעטן גלייך נאך די חתונה.
יעצט בין איך שוין צעמישט צווישן די צוויי זייטן, איך בין אויפגעוואקסן מיט דעם אז דער עיקר איז תורה און דער מאן דארף בלייבן אין כולל, און ס'איז מיר מאדנע צו טראכטן אנדערש, אבער פון די אנדערע זייט בין איך מקורב געווארן צו חסידישקייט וואו עס איז מער אנגענומען אז דער מאן גייט ארבעטן נאך די חתונה און די פרוי בלייבט אינדערהיים פארנומען מיט די קינדער.
יעצט ווען איך שטיי אין שידוכים, דארף איך באשליסן וועלכע סארט שידוך צו הערן, מעג איך קוקן נאר אויף שידוכים וואס מען טראגט אן פון בחורים וואס פלאנען צו בלייבן לערנען אין כולל, אדער איז דער עיקר צו קוקן אויף מידות טובות און יראת שמים.
איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען ענטפערן, ווייל איך בין זייער נערוועז פון דעם און ס'איז מיר וויכטיג זיך אויסצוקלארן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ווען מען גייט צו א שידוך דארף מען קוקן אויף צוויי זאכן, אויף די מידות פונעם מענטש און אויף די יראת שמים; אויב איז דא גוטע מידות אינאיינעם מיט יראת שמים - איז כדאי צו ענדיגן די שידוך, דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן. אזוי ווי עס שטייט (קהלת יב, יג): "אֶת הָאֱלֹקִים יְרָא וְאֶת מִצְוֹתָיו שְׁמוֹר, כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מורא האבן פון אייבערשטן און טון די מצוות - דאס איז דער עיקר, דאס איז דער גאנצער מענטש.
בנוגע לערנען נאך די חתונה; דאס קען מען נישט וויסן, אזויפיל מאל שטעלט זיך ארויס אז מען הויבט אן לערנען נאך די חתונה, און אמאל דעם וועם מען מיינט אז ער גייט בלייבן לערנען - שטעלט זיך ארויס אז נישט.
אויך איז וויכטיג מען זאל זיך אינטערעסירן אויב דער בחור האט א מורה דרך, אויב ער איז זיך מכניע פאר אן ערליכער רב, ער פרעגט זיינע שאלות און ער פאלגט.
דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייער שידוך. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; נישטא נאך עפעס וואס מען קען טון אויסער תפילה, תפילה איז די עצה פאר א בחור און מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, בעטן די פאר ווערטער דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג"; נאר מיט תפילה קען מען פועל'ן א שידוך.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.