תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אין מיין משפחה פירט מען זיך אז די מיידלעך גייען מיט ווייסע טייץ אום שבת, און עס שטערט מיר זייער זייער שטארק, ווייל יעדער גייט מיט שווארצע טייץ, און אויך אסאך מענטשן וואס פלעגן יא גיין מיט ווייסע טייץ האבן זיך געטוישט צו שווארצע. יעדן שבת שטופ איך אפ דאס זיך אנצוטון ווייל איך וויל נישט גיין מיט ווייסע טייץ. וואס זאל איך טון?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ג' פרשת אמור, י"א אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס איז גוט צו בלייבן מיט די לבוש ווי אזוי די מאמע גייט; יעצט ווען מען איז יונג וויל מען מאכן ווי די חברט'עס, אבער ריכטיג איז - זיך פירן ווי די מאמע פירט זיך; וואס וועט זיין ווען איר וועט חתונה האבן און אייערע קינדער וועלן נישט וועלן גיין ווי אייך, זיי וועלן נאכמאכן זייערע חבר'טעס? וועט דאס אייך נישט זיין איינגענעם.
שמועסט עס אויס מיט אייער מאמע, און ווי אזוי די מאמע זאגט איר זאלט טון - אזוי זאלט איר טון. די תורה זאגט (משלי א, ח): "וְאַל תִּטֹּשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ", דו זאלסט נישט אפלאזן די וועגן וואס דיין מאמע לערנט מיט דיר; אז מען גייט ווי די מאמע וויל מען זאל גיין - דערלייגט מען נישט.
בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג די תפילה:
"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן ערליכע חבר'טעס, איך זאל ליב האבן צו גיין אנגעטון מיט אידישע קליידער, איך זאל ליב האבן צו גיין אנגעטון שבת מיט שבת קליידער, איך זאל נישט אראפקוקן די אידישע וועג, די ערליכע וועג, הייליגער באשעפער העלף מיר אז איך און מיינע דורות זאלן זיין ערליך, מיר זאלן נישט אוועק גיין פון די וועג ווי אזוי אונזערע עלטערן זענען געגאנגען, ווייל נאר אין די זכות פון גיין אנגעטון אידיש - זענען מיר אויסגעלייזט געווארן פון גלות מצרים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יג, כ), אידישע קינדער זענען אויסגעלייזט געווארן פון מצרים אין די זכות וואס זיי האבן אכטונג געגעבן צו רעדן א אידישע שפראך, האבן אידישע נעמען און זיך אנטון אידיש"; אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, ביז איר וועט אנהייבן ליב האבן די וועג ווי אזוי מען גייט שבת וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.