שאלה אין קורצן ענין
#1 - איז טאקע אזוי שרעקעדיג צו שטארבן?
שלאפן, פחדים, קריאת שמע, וידוי, שטארבן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף אן עצה, כמעט יעדע נאכט הויב איך אן זייער צו ציטערן פון שטארבן, איך הויב אן טראכטן אז נישט קיין חילוק ווי שטארק איך וויל און איך פרוביר צו זיין גוט און וואויל, וועט מיר סיי ווי זיין שווער און ביטער אויבן אין הימל, ווען די נשמה גייט ארויף אויבן קען מען דאך שוין נישט תשובה טון, דארט איז שוין נישטא וואס צו טון.


שוין אלס קינד האב איך געהאט די מחשבות אז קיינער קען דאך סיי ווי נישט זיין פערפעקט, יעדער וועט צום סוף ליידן און באקומען שווערע שטראפן נאכ'ן אוועקגיין פון די וועלט, איז וואס האב איך בכלל צו פרובירן צו זיין גוט, איך וועל דאך סיי ווי ענדיגן נישט גוט?


אויך בין איך זייער דערשראקן פשוט פונעם שטארבן אליין, ווי אזוי עס שפירט און וואסערע יסורים דאס איז, און ווען איך הויב טראכטן פון דעם קען איך ממש פארלירן דעם אטעם.


דער ראש ישיבה שליט"א האט עפעס אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ד סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


...


ליין קריאת שמע שעל המיטה, גיי נישט אין בעט איידער דו ליינסט קריאת שמע, און אז דו קענסט ליינען קריאת שמע של אריז"ל, זאגן די וידוי, אשמנו בגדנו וכו' - דארפסטו מער נישט מורא האבן, ווייל רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב), אז ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן און ער איז זיך מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות, און מען דארף נישט מורא האבן.


אז דו האסט מורא פון שטארבן זאלסטו טראכטן פון תחיית המתים, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה חלק ב', סימן יז): "מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן, יַעֲלֶה עַל מַחֲשַׁבְתּוֹ אֱמוּנַת תְּחִיַּת הַמֵּתִים", ווער עס קען נישט איינשלאפן זאל טראכטן פון תחיית המתים; לכאורה, וואס העלפט תחיית המתים פאר איינעם וואס קען נישט איינשלאפן? נאר געווענליך ווען מען וויל איינשלאפן, הייבט מען אן טראכטן אלע שרעקעדיגע זאכן, עס הייבן אן קומען דמיונות: 'וואס וועט זיין?' 'אפשר גיי איך שטארבן וכו' וכו'?' אויף דעם זאגט דער רבי, טראכט פון תחיית המתים; דאס הייסט, ביים סוף וועט זיין גוט, אפילו מען גייט שטארבן, גייט מען אויפשטיין תחיית המתים.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.