תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים און בריוו, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן בכל מילי דמיטב.
איך האב לעצטנס געהערט א שיעור אין וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז ווען מען טוט תשובה ביי התבודדות, זאל מען ארויסזאגן אלעס וואס מען האט געטון, געקוקט, געטראכט, און אזוי ווייטער, ווייל דער רבי זאגט אז די עבירות ווערן אריינגעקריצט אין די ביינער און עס גייט ארויס נאר ווען מען זאגט עס ארויס מיט'ן מויל פאר'ן אייבערשטן.
איך וויל פרעגן אויף דעם, אז אסאך מאל הייב איך אן דערציילן פאר'ן אייבערשטן זאכן וואס איך האב ליידער געקוקט, און איך הייב אן זאגן מיט פילע פרטים וואס און ווען, און עס הייבט מיר אן צוריק קומען שלעכטע נישט ריינע זאכן אין מח; איז דאס א חלק פון די תשובה? אדער אפשר זאל איך נישט ארויסזאגן פונקטליך וואס איך האב געקוקט, נאר בעטן אז דער אייבערשטער זאל מיר מוחל זיין בכלליות פאר אלע זאכן וואס איך האב געקוקט?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רמב"ם פסק'נט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א), אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות פון די הייליגע תורה, סיי בשוגג סיי במזיד; ווען מען טוט תשובה - דארף מען זיך מתודה זיין צום אייבערשטן, דערציילן דעם אייבערשטן וואס מען האט געטון מען זאל זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם, חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ, וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָךְ, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי, וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, (אויסשמועסן וואס מען האט געטון), און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון, איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, און דער רמב"ם פירט אויס: "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיךְ בְּעִנְיָן זֶה", ווער עס פארמערט זיך מתודה צו זיין פארן אייבערשטן – "הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", דער איז געלויבט.
דערצייל אלעס פארן אייבערשטן, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי ווען מען קומט צום אייבערשטן און מען באהאלט גארנישט, מען קומט מיט אן אמת, מען דערציילט אלעס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים בחוקותי, פרק ח): "מִיָּד שֶׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיָּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", גלייך ווען א מענטש איז זיך מתודה פארן אייבערשטן, האט דער אייבערשטער רחמנות אויף אים און נעמט אים צוריק צו אים.
שטארק זיך מיט די עצה פון רבי'ן פון גיין התבודדות, הייב אן מיט דאנקען דעם אייבערשטן, שפעטער זאלסטו זיך מתודה זיין, דערצייל אלעס, אזוי וועלן די עבירות ארויסגיין פון דיינע ביינער. די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, ד), "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט: "אִם אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה לְפָנַי, אִם חוֹזֵר וְעוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה", אויב א מענטש האט געזינדיגט, אויב האט ער חרטה אויף וואס ער האט געטון און ער טוט תשובה - "הֲרֵי אֲנִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וַאֲנִי מְקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ", נעם איך אים צוריק, איך נעם אן זיין תשובה, "וְאֵין אֲנִי זוֹכֵר לוֹ אֲפִילוּ מִקְצָת עֲוֹנוֹתָיו", און איך וועל נישט דערמאנען קיין איין עבירה; נאך זאגט דער אייבערשטער (שם, פרק ו): "בָּנַי, אֲנִי אָמַרְתִּי לָכֶם אֵין חֶפְצִי אֶלָּא בְּרָכָה וּבְמִי שֶׁאֵין בּוֹ עֲבֵרוֹת", איך האב ענק געזאגט איך וויל נאר די מענטשן וואס האבן נישט געזינדיגט, "וְחָזַרְתִּי בּוֹ בִּדְבָרַי", יעצט צי איך צוריק, "אֲפִלּוּ יַעֲשֶׂה אָדָם מֵאָה עֲבֵרוֹת זוֹ לְמַעְלָה מִזּוֹ", אפילו א מענטש וועט טון הונדערט עבירות איינס נאכן צווייטן, "וְיַחֲזֹר וְיַעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה", אויב וועט ער חרטה האבן, ער וועט תשובה טון, "וְיַשְׁפִּיל אֶת עַצְמוֹ לָאָרֶץ, וְיִרְאֶה אֶת עַצְמוֹ כְּאִלּוּ הוּא חֶצְיוֹ זַכַּאי וְחֶצְיוֹ חַיָּב, וְיִרְאֶה אֶת עַצְמוֹ כְּאִלּוּ חַיָּב בְּאָשָׁם תָּלוּי בְּכָל יוֹם", ער וועט שטענדיג טראכטן 'איך דארף נאך תשובה טון' - "הֲרֵינִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וּמְקַבְּלוֹ בִּתְשׁוּבָה", וועל איך זיך פירן מיט אים מיט רחמנות, איך וועל אננעמען זיין תשובה, "וְאֶתֵּן לוֹ בָּנִים שֶׁל בַּעֲלֵי קוֹמָה וְעוֹסְקֵי בַּתּוֹרָה וּמְקַיְּמֵי מִצְוֹת", און איך וועל אים געבן קינדער צדיקים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.