תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז לעצטנס האב איך גאר שווערע נסיונות צו פאלן אין עניני קדושה.
איך שפיר אז ענדערש זאל איך שטארבן ווי איידער אראפצופאלן אין קדושה. איך האב געזען שטיין אין ספרים אז אויב א מענטש נעמט זיך דאס לעבן כדי נישט צו זינדיגן, הייסט ער נישט קיין "מאבד עצמו לדעת".
איך גיי אריבער זייער שווערע נסיונות; ביז יעצט האב איך נישט למעשה געזינדיגט, אבער אויב וועט עס אנקומען צו דעם, וועל איך זיך נעמען דאס לעבן. איך בין שוין געווען אמאל א זינדיגער איד, היינט בין איך א ריינער איד, איך באלאנג צום אייבערשטן, און אויב קום איך אן דורכצופאלן אין עבירות, וועל איך ענדערש שטארבן ריינערהייט.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
טייערער ברודער וואס איז מיט דיר געשען? פארוואס זאלסטו טראכטן מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן?! מיר האבן א רבי וואס האט געשריגן: "קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען", דער רבי האט געשריגן מיט א הויך קול (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל", רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, סימן קנג) דער רבי האט דאס געשריגן מיט זיין גאנצע כח, ער האט געשריגן בקול גדול: "גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען", עס איז נישטא אזא זאך ווי יאוש.
וואס מיינסטו, אין קבר וועט דיר זיין בעסער, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פד) אויף די וועלט ווען מען איז טרוד מיט טרדת הפרנסה וכדומה קען מען כאפן א ביס פון א ווארעם אדער א פליג, אָן וויסן אז מען כאפט יעצט א ביס, אבער אין קבר איז נישטא קיין שום טירדות און מחשבות וואס זאלן אוועק נעמען די קאפ פון הערן ווי די ווערעם קריכן און בייסן דעם מענטש, מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע ביס פון די ווערעם און די צער וואס מען האט פון הערן ווי זיי קריכן אויפן מענטש.
קוק אויף די גוטע זאכן וואס דו טוסט, קוק אויף די מצוות; עס לוינט צו בלייבן לעבן צו קענען טון נאך איין מצוה, ווייל דאס איז מער פון עולם הבא. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, יז): "יָפָה שָׁעָה אַחַת בִּתְשׁוּבָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בָּעוֹלָם הַזֶּה", עס איז בעסער איין שעה פון טון גוטע זאכן אויף די וועלט, "מִכָּל חַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא" - פון די גאנצע עולם הבא; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון אריינכאפן נאך איין מאל אנטון תפילין, נאך איין מינוט גיין מיט ציצית.
אז דו האסט ביטערע נסיונות - זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר ראטעווען, און אז דו ביסט נכשל געווארן בעבר מיט עבירות - זאלסטו תשובה טון; זיי זיך מתוודה און זאג דעם אייבערשטן אז דו גייסט מער נישט טון, און גלייב באמונה שלימה וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.