תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך דארף וויכטיג א דאקטער, עס ברענט אין מיר א יצר הרע וואס וויל מיר אוועקנעמען מיין שיינע לעבן מיט מיין ווייב. וואו איך גיי ברענגט ער מיר אונטער שמוץ, און נישט אז איך זוך צו קוקן, עכט וויל איך היטן מיינע אויגן, קוקן נאר אויף מיין ווייב, אבער איך געב זיך נישט אן עצה, און נאכדעם גייט מיר אוועק דעם טעם פון לעבן, פון פארברענגען און שמועסן מיט מיין ווייב, און עס טוט מיר אזוי וויי.
איך האב געשניטן שטיקער פון זיך אלס בחור אז איך זאל זיך קענען דערהאלטן און ווארטן ביז מיין חתונה, און ש'כח אייבערשטער אז איך האב שוין חתונה געהאט, וואס איז יעצט? איז דאס מיין תכלית אויף דער וועלט, אראפצופאלן אין עבירות?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ווי קען טאקע זיין אזא זאך, נאכדעם וואס דו האסט חתונה געהאט זאלסטו זוכן עבירות? ווי קען מען זיין אזוי געפאלן? דו דארפסט טאקע א גרויסער דאקטער זאל דיך היילן.
נעם דעם רבי'ן אלס א דאקטער. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ל), דער צדיק איז א דאקטער וואס היילט אויס דעם נפש; זאלסטו נעמען דעם רבי'נס מעדעצין. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מעדעצין 'התבודדות', מען זאל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אויף מאמע לשון, די מעדעצין נעמט מען אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט דארט, זאלסטו אנהויבן נעמען די מעדעצין. פאלג דעם רבי'ן און זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, איך בין דאך אזא רחמנות, איך האב חתונה געהאט און נאכאלץ זוך איך עבירות, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן? איך האב א ווייב, איך האב א גוטע לעבן און נאכאלץ זוך איך אין די מיסט און איך פאל אראפ אין עבירות, איך ווער ממש פארברענט פון די ברענעדיגע יצר הרע, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר. הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, איך קען נישט אליין"; אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים; וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער אין וואס דו ליגסט.
דער רבי האט נאך א מעדעצין, די מעדעצין פון תיקון הכללי. זאג יעדן טאג דעם "תיקון הכללי"; די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ]; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים, דארף שוין גארנישט זארגן; דאס העלפט אויף אלע עבירות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.