שאלה אין קורצן ענין
#1 - יישר כח פאר'ן מיך ראטעווען פון נסיונות
קדושה, בושה, נסיונות, אפיס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די קלארע ענטפער וואס איך האב באקומען אויף די שאלה וואס איך האב געפרעגט וועגן די נסיונות וואס איך האב אין אפיס, איך האב איבערגעליינט דעם בריוו און געווינט צום אייבערשטן, וואס איז די פרוי נעבעך שולדיג אז איך האב נסיונות, פארוואס קומט זיך איר אוועקצושיקן, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך זיין ערליך.


איך האב אסאך געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן, ביז עס האט פאסירט א גרויסער נס, אז זי איז צוגעקומען צו מיר און געזאגט אז זי האט זייער הנאה געהאט דא צו ארבעטן, אבער יעצט האט זי באקומען א פארשלאג ערגעץ אנדערש, דערפאר וויל זי וויסן ווי לאנג זי מוז נאך דא בלייבן. איך בין געווארן אזוי איבערגענומען צו זען ווי אזוי דער אייבערשטער האט מיר אזוי שיין געהאלפן. איך האב זיך באדאנקט פאר איר ארבעט און געזאגט אז איך וויל נישט צוריק האלטן אפילו פאר איין טאג, און זי דארף אפילו נישט בלייבן אויסצולערנען א צווייטן איר ארבעט, איך וועל זיך שוין אן עצה געבן.


כאטש וואס זי איז מיר א וויכטיגע ארבייטער, איז אבער מיין אידישקייט נאך מער וויכטיג. איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן העלפן א מענטש וואס ער קען בכלל נישט, און בעיקר פאר די עצה אז ווען עס גייט נישט, דארף מען נישט שטופן און טון ווילדע זאכן, נאר מ'רעדט זיך אויס צום טאטן אין הימל און מ'ווערט געהאלפן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ו', ערב חג הסוכות, י"ד תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט א גרויסע נס אז דו ביסט פטור געווארן פון דעם נסיון; דער אייבערשטער האט דיר געראטעוועט פון דאס ערגסטע השם ישמרינו.


פון יעצט און ווייטער זאלסטו אכטונג געבן ווי אזוי דו פירסט דיין אפיס; געב אכטונג אויף איסור יחוד, זיץ נישט מיט קיין פרעמדע פרוי אין דיין אפיס און נישט מיט קיין מיידל, עס איז נישט ווערד די גאנצע ביזנעס אויב מען איז עובר אויף איסור יחוד.


אז דו ווילסט מצליח זיין אין דיין געשעפט זאלסטו נעמען דעם אייבערשטן פאר א שיתוף, ווי אזוי נעמט מען דעם אייבערשטן פאר א שיתוף? אז מען פירט די ביזנעס אויף די תורה וועג. מען געבט אכטונג עס זאל זיין קדושה אין אפיס, מען רעדט איידל, מען היט זיך פון הרהורי עבירה, מען פילטערט די קאמפיוטערס, מען געבט אכטונג צו היטן שבת, יום טוב און חול המועד, מען געבט אכטונג נישט וויי צו טון קיינעם, נישט בא'גנב'נען א צווייטן אפילו פחות משוה פרוטה; דעמאלט איז דער אייבערשטער א שותף אינעם געשעפט און עס איז דא גרויס הצלחה.


אינדערפרי ווען דו זאגסט די ברכות השחר זאלסטו שטארק בעטן דעם אייבערשטן: "אַל תְּבִיאֵנוּ לֹא לִידֵי חֵטְא וְלֹא לִידֵי עֲבֵרָה וְעָוׂן וְלֹא לִידֵי נִסָּיוֹן, וְלֹא לִידֵי בִזָּיוֹן", זאלסט שטארק בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר היטן פון עבירות און פון נסיונות; נאר מיט תפילה קען מען זיך ראטעווען פון דעם יצר הרע. און אז מען איז שטארק, עס בלייבט א נסיון - דעמאלט ווערט מען געראטעוועט פון בזיונות. דער רבי האט אמאל זייער חוזק געמאכט פון די עקלדיגע עבירה, אזוי ווי רבי נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן דש): "פַּעַם אַחַת הִתְלוֹצֵץ מִזֶּה וְאָמַר שֶׁעַל זֶה מְבַקְּשִׁים בְּכָל יוֹם אַל תְּבִיאֵנִי לִידֵי נִסָּיוֹן וְלֹא לִידֵי בִּזָּיוֹן, וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: 'אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן'", ווייל אז עס ווערט אויס נסיון ווערט בזיונות; היינט קען מען ממש זען דעם רוח הקודש פון רבי'ן, די וועלט איז אזוי פארגעשריטן, ווען עס גייט ארויס א בילד פון איינעם ווי ער דריידט זיך אויף שמוציגע פלעצער וכו' - ווערט ער אין איין רגע פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.