שאלה אין קורצן ענין
#3 - וואס איז די ריכטיגע וועג זיך צו פירן מיט צניעות ביים ארבעט'ס פלאץ?
צניעות, פרנסה, אפיס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען מעג רופן מענער מיט זייער ערשטע נאמען? ביי מיין ארבעט קומט מיר אויס אסאך מאל צו דארפן רופן מענער, וואס איז די ריכטיגע וועג זיך אויפצופירן מיט צניעות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זייער אכטונג אין אפיס פון פרעמדע מענער, עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו ארבעטן אין אן אפיס מיט א פרעמדער מאן, מען דארף דאס דורכשמועסן מיט'ן רב, אלע הלכות פון יחוד, כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף איסור יחוד.


פארלאזט זיך נישט אויף דעם בעל הבית וואס ער זאגט אז ער האט געפרעגט די הלכות, איר זאלט אליינס פרעגן (ביי א מיידל זאל דער טאטע פרעגן און ביי א ווייבל - דער מאן), פינקטליך אלע הלכות, ווייל איסור יחוד איז זייער הארב, עס זענען דא פוסקים וואס זאגן דאס איז אן איסור דאורייתא.


עס איז בעסער צו רופן א פרעמדער מאנספערזאן נאר ביי די משפחה נאמען, דאס מאכט מען זאל נישט זיין אזוי היימיש, עס איז א גוטע גדר אין צניעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מעגן די מיידלעך אין מיין אפיס ארבעטן מיט וואטסעפפ?
צניעות, קאמפיוטער, פרנסה, אפיס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א דאנק פאר אלע חיזוק און שיעורים.


איך האב א ביזנעס, מיט היימישע מיידלעך וואס ארבעט פאר מיר. איך נוץ וואטסעפפ צו זיין אין פארבינדונג מיט מיינע קאסטומערס, מיין שאלה איז אויב איך מעג געבן פאר די מיידלעך צוטריט צו וואטסעפפ, אזוי וועל זיי גרינג קענען אריבערשיקן די מעסעזשעס וואס די קאסטומערס שיקן מיר, און אויך וועלן זיי זיך קענען גרינגער פארבינדען מיט קאסטומערס, און די ארבעט וועט געטון ווערן גרינגער און שנעלער.


איך וויל האבן א דעת תורה אויף דעם ענין, אויב איך מעג דאס טון אדער נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג אז די ביזנעס זאל זיך פירן מיט יראת שמים, עס זאל זיין גדרי צניעות, מען זאל נישט רעדן היימיש און ארום לאכן; נאר אזוי וועסטו מצליח זיין. אויב מען פירט זיך נישט בקדושה, מען פירט זיך נישט אויף איידל; מענער לאכן מיט די מיידלעך, מען רעדט היימיש, דעמאלט וועט אוועק גיין די שכינה הקדושה, אזוי ווי עס שטייט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ, לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך פירן נישט צניעות'דיג וועל איך אוועקגיין פון צווישן אייך; דעמאלט וועט די גאנצע ביזנעס ביים סוף צעפאלן, עס וועט דיר גארנישט בלייבן.


מען קען פירן די ביזנעס לויט די היינטיגע וועג; אמאל האט מען זיך פארבינדן מיט א וואקי-טאקי היינט איז דאס וואטס-עפפ, עס מאכט נישט אויס ווי אזוי מען פירט די ביזנעס, עס מוז אבער זיין יראת שמים, עס מוז זיין גדרי צניעות; עס טאר נישט זיין קיין היימישקייט צווישן מענער און פרויען.


פארשטייט זיך אז די קאמפיוטערס און טעלעפאנס דארפן זיין געפילטערט כדי מען זאל נישט אריינגיין אין שלעכטע פלעצער.


שטיי שטרענג אויף די ארבעטערס, שטיי שטרענג אויף די גדרים פון צניעות - וועסטו זייער שטארק מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - יישר כח פאר'ן מיך ראטעווען פון נסיונות
קדושה, בושה, נסיונות, אפיס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די קלארע ענטפער וואס איך האב באקומען אויף די שאלה וואס איך האב געפרעגט וועגן די נסיונות וואס איך האב אין אפיס, איך האב איבערגעליינט דעם בריוו און געווינט צום אייבערשטן, וואס איז די פרוי נעבעך שולדיג אז איך האב נסיונות, פארוואס קומט זיך איר אוועקצושיקן, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך זיין ערליך.


איך האב אסאך געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן, ביז עס האט פאסירט א גרויסער נס, אז זי איז צוגעקומען צו מיר און געזאגט אז זי האט זייער הנאה געהאט דא צו ארבעטן, אבער יעצט האט זי באקומען א פארשלאג ערגעץ אנדערש, דערפאר וויל זי וויסן ווי לאנג זי מוז נאך דא בלייבן. איך בין געווארן אזוי איבערגענומען צו זען ווי אזוי דער אייבערשטער האט מיר אזוי שיין געהאלפן. איך האב זיך באדאנקט פאר איר ארבעט און געזאגט אז איך וויל נישט צוריק האלטן אפילו פאר איין טאג, און זי דארף אפילו נישט בלייבן אויסצולערנען א צווייטן איר ארבעט, איך וועל זיך שוין אן עצה געבן.


כאטש וואס זי איז מיר א וויכטיגע ארבייטער, איז אבער מיין אידישקייט נאך מער וויכטיג. איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן העלפן א מענטש וואס ער קען בכלל נישט, און בעיקר פאר די עצה אז ווען עס גייט נישט, דארף מען נישט שטופן און טון ווילדע זאכן, נאר מ'רעדט זיך אויס צום טאטן אין הימל און מ'ווערט געהאלפן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ו', ערב חג הסוכות, י"ד תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט א גרויסע נס אז דו ביסט פטור געווארן פון דעם נסיון; דער אייבערשטער האט דיר געראטעוועט פון דאס ערגסטע השם ישמרינו.


פון יעצט און ווייטער זאלסטו אכטונג געבן ווי אזוי דו פירסט דיין אפיס; געב אכטונג אויף איסור יחוד, זיץ נישט מיט קיין פרעמדע פרוי אין דיין אפיס און נישט מיט קיין מיידל, עס איז נישט ווערד די גאנצע ביזנעס אויב מען איז עובר אויף איסור יחוד.


אז דו ווילסט מצליח זיין אין דיין געשעפט זאלסטו נעמען דעם אייבערשטן פאר א שיתוף, ווי אזוי נעמט מען דעם אייבערשטן פאר א שיתוף? אז מען פירט די ביזנעס אויף די תורה וועג. מען געבט אכטונג עס זאל זיין קדושה אין אפיס, מען רעדט איידל, מען היט זיך פון הרהורי עבירה, מען פילטערט די קאמפיוטערס, מען געבט אכטונג צו היטן שבת, יום טוב און חול המועד, מען געבט אכטונג נישט וויי צו טון קיינעם, נישט בא'גנב'נען א צווייטן אפילו פחות משוה פרוטה; דעמאלט איז דער אייבערשטער א שותף אינעם געשעפט און עס איז דא גרויס הצלחה.


אינדערפרי ווען דו זאגסט די ברכות השחר זאלסטו שטארק בעטן דעם אייבערשטן: "אַל תְּבִיאֵנוּ לֹא לִידֵי חֵטְא וְלֹא לִידֵי עֲבֵרָה וְעָוׂן וְלֹא לִידֵי נִסָּיוֹן, וְלֹא לִידֵי בִזָּיוֹן", זאלסט שטארק בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר היטן פון עבירות און פון נסיונות; נאר מיט תפילה קען מען זיך ראטעווען פון דעם יצר הרע. און אז מען איז שטארק, עס בלייבט א נסיון - דעמאלט ווערט מען געראטעוועט פון בזיונות. דער רבי האט אמאל זייער חוזק געמאכט פון די עקלדיגע עבירה, אזוי ווי רבי נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן דש): "פַּעַם אַחַת הִתְלוֹצֵץ מִזֶּה וְאָמַר שֶׁעַל זֶה מְבַקְּשִׁים בְּכָל יוֹם אַל תְּבִיאֵנִי לִידֵי נִסָּיוֹן וְלֹא לִידֵי בִּזָּיוֹן, וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: 'אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן'", ווייל אז עס ווערט אויס נסיון ווערט בזיונות; היינט קען מען ממש זען דעם רוח הקודש פון רבי'ן, די וועלט איז אזוי פארגעשריטן, ווען עס גייט ארויס א בילד פון איינעם ווי ער דריידט זיך אויף שמוציגע פלעצער וכו' - ווערט ער אין איין רגע פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.