תוכן השאלה
לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,
ראשית כל האב איך זיך געוואלט באדאנקען אויף די הערליכע שיעורים וואס איז געווארן ביי מיר א דרך חיים.
איך וואלט געוואלט פרעגן וועגן א שווערע פראבלעם וואס איך גיי אריבער. איך קום פון א ברסלב'ע משפחה, און מיר פרובירן צו לעבן מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. דער פראבלעם איז אז אזוי ווי ביי אנדערע חסידות'ן איז אויך פארהאן מחלוקת אין ברסלב, נישט יעדער איז אייניג מיט אלע שיטות, און דאס ברענגט אז מ'זאל זיך ארומקריגן.
איך ווייס אז דער רבי האט געזאגט "רק החזיקו עצמכם" און דאן "תהיו אנשים כשרים", אויב וועלן די ברסלב'ע חסידים זיך האלטן צוזאמען מיט אחדות, דאן וועט מען זיין ערליכע אידן. איז ווי אזוי קען מען פירן מחלוקת און צעברעכן משפחות?
איך באלאנג צו איין קרייז אין ברסלב, און איך האב צוויי ברידער וועלכע זענען זייער קעגן יענעם קרייז און פירן א מחלוקת, איך בין זייער אנגעווייטאגט אויף זיי, ווייל איך ווייס אז זיי טוען עס נישט לשם שמים, און דעריבער וויל איך נישט גיין צו זייערע שמחות, און עס קומט אויס אז איך בין מצער מיינע עלטערן. די משפחה ווערט צעריסן און דאס איז זייער נישט גוט. ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין עס נישט צו נעמען שטארק צום הארצן?
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך אסאך כיתות; וויבאלד עס זענען דא אלע סארט מענטשן אויף דער וועלט, עס זענען דא לעבעדיגע מענטשן - זיי דארפן א וועג פאר זיך, עס זענען מער צובראכענע מענטשן וכו' - זיי דארפן א אנדערע וועג. עס זענען דא למדנים, און עס זענען דא מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין לערנען וכו'; מיט יעדן איינעם דארף מען רעדן אן אנדערע שפראך וכו', דערפאר האט דער רבי געזאגט: "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך אסאך גרופעס. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג צולייגן צו דעם שיחה פון רבי'ן: "דער רבי האט טאקע געזאגט 'איך וועל מאכן פון אייך כיתות כיתות', אבער דער רבי האט נישט געזאגט אז איין גרופע זאל רעדן אויפן צווייטן, און איינער זאל פיינט האבן דעם צווייטן".
דאס וואס מען זעט ליידער אז אין ברסלב קריגט מען זיך איינער מיטן צווייטן, אויף דעם ערשיינונג זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (סוטה מז:): "מִשֶּׁרַבּוּ תַּלְמִידֵי שַׁמַּאי וְהִלֵּל שֶׁא שִׁמְּשׁוּ כָּל צוֹרְכָן, רַבּוּ מַחְלוֹקֶת בְּיִשְׂרָאֵל, וְנַעֲשֵׂית תּוֹרָה כִּשְׁתֵּי תּוֹרוֹת", און אזוי איז אויך ביים רבי'ן; ווען א מענטש לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, זיין גאנצע קאפ איז נאר פארנומען ווי אזוי ער קען נאכאמאל איבער גיין דעם רבינ'ס ספרים, ער לערנט יעדן טאג ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, סיפורי מעשיות און ספר המידות, ער פאלגט דעם רבי'ן, ער איז זיך מתבודד מיטן אייבערשטן יעדן טאג; אזא איינער האט נישט מיט קיינעם קיין שייכות, עס אינטערעסירט אים נישט א צווייטן, אים אינטערעסירט נאר דעם אייבערשטן, ער זינגט צום אייבערשטן א גאנצן טאג; אזא איינער קריגט זיך נישט מיט קיינעם.
אבער וויבאלד עס ווערן מקורב צום רבי'ן תלמידים שלא שמשו כל צרכן, וואס דער גאנצער קאפ איז נאר ישות און גיאות, געלט און כבוד וכו' וכו', פון דעם נעמט זיך די אלע מחלוקת צווישן איין גרופע אינעם צווייטן; אנשטאט נעמען יעדע שיחה און יעדע תורה פון רבי'ן פאר זיך, און טראכטן: 'ווי אזוי קען איך מיר פארבעסערן, ווי אזוי קען איך זוכה זיין צוקומען צו דאס וואס דער רבי זאגט', איז מען פארנומען צו רודפ'ן ערליכע אידן.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכא): אויפן פסוק (תהלים מ, ח-ט): "אָז אָמַרְתִּי הִנֵּה בָאתִי בִּמְגִלַּת סֵפֶר כָּתוּב עָלָי, לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ אֱלֹקַי חָפָצְתִּי", ווען א מענטש לערנט א ספר פון א צדיק, ער לערנט דאס אויף א וועג: "כָּתוּב עָלָי", אז דאס וואס שטייט אין דעם ספר מיינט אים, איז א סימן, אז: "לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ אֱלֹקַי חָפָצְתִּי", אז דער מענטש וויל זיין אן ערליכער איד.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא): אויפן פסוק (דניאל יב, ב): "וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", יעדעס מאל עס ווערט באוואוסט א נייע שכל - א נייע דרך אין עבודת השם, זענען דא צוויי סארט מענטשן, איינער איז זיך מחי' מיט יעדן דיבור, מיט יעדע טראפ שכל, ביי אזא מענטש איז - "אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם", ער שפירט ביי זיך אז ביז יעצט איז ער געווען ממש א מת, ער האט נישט געלעבט, ער איז געשלאפן א טיפע שלאף, און דער רבי האט אים אויפגעוועקט, ער הייבט אן לעבן; נאכדעם זענען דא וואס ניצן נישט די שכל און די לימודים פאר חיי עולם, נאר אויף חוזק צו מאכן פון יענעם, זיי זוכן ווי מען קען נאך איינעם אוועק מאכן – "וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", ווי זיי קענען יענעם וויי טון און יענעם אוועק מאכן.
דערפאר, אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן, דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל אייביג בלייבן מקושר צום רבי'ן, איך זאל אייביג האבן א געפיל אין רבי'ן, איך זאל געדענקען וואס דער רבי האט געטון מיט מיר. רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף קיינעם, איך זאל נאר זיין פארנומען מיט מיר, איך זאל פאלגן דעם רבי'ן. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז ווען איך לערן די תורות פון רבי'ן זאל איך עס נעמען פאר מיר, נישט אזוי ווי די וואס נעמען עס לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם אזוי ווי דער רבי זאגט – ווען א צדיק זאגט תורה, וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אלע איינגעשלאפענע מענטשן וועקן זיך אויף, אבער נישט אלע זענען גלייך, נאר אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם, וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם, דערפאר בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל נעמען דעם רבי'ן 'לְחַיֵּי עוֹלָם', איך זאל לעבן מיטן רבי'ן, איך זאל געדענקען אז איין טאג וועל איך איבערלאזן די וועלט, מען וועט מיר באגראבן אין בית החיים, איך וועל בלייבן דארט איינער אליין, איך וועל גארנישט מיט נעמען מיט מיר נאר דאס ביסל תורה תפילה ומעשים טובים".
געדענקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בְּמָקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דער שטן געפונט זיך דארט וואו מען קריגט זיך; דאס איז זיין זאך, ווי מען קען מאכן מחלוקת. דערפאר דארף מען אנטלויפן פון מחלוקת ווי פון פייער, בפרט ווען דער יצר הרע קומט מיט א שלייער פון לשם שמים, דאן איז דאס זייער מסוכן, ווייל אזוי כאפט ער אריין אפילו די ערליכע אידן; ער רעדט זיי איין אז עס איז א מצוה צו טשעפען א צווייטן, צו רודפ'ן א צווייטן.
דאס זאלט איר גוט וויסן, אויב איינער רעדט איין צו רודפ'ן יענעם, צו טשעפען א צווייטן, דארף מען פון אים אנטלויפן, ווייל דער איז דער שטן אליין. ווען דער שטן זעט אן ערליכע חבורה, אדער א ערליכע משפחה וואס פירן זיך בדרך התורה, זיי זענען ווייט פון עבירות, און ער פרובירט מיט אלע וועגן זיי צו בייקומען, אבער עס גייט אים נישט, דאן קומט ער צו זיי מיט א פרומע'ן שלייער; ער פלאקערט אויף א מחלוקת, וואס דאס איז דער ערגסטער זאך ביים אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס דאס גרויסקייט פון שלום (דרך ארץ זוטא, פרק השלום) און ווי דער אייבערשטער האט פיינט מחלוקת (דרך ארץ זוטא, פרק ט).
איר זאלט זען אז ביי אייך אין שטוב זאל מען זיך נישט קריגן, און איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז ביי אייך אין שטוב לעבט מען בשלום; דאס וואס איר שרייבט אז אייערע געשוויסטער זענען בעלי מחלוקת און מחרחרי ריב, זיי טוהן אלע שווארצע ארבעט וכו', און דערפאר האלט איר זיך אפ פון גיין צו משפחה שמחות און דאס טוט זייער וויי פאר אייערע עלטערן; איך האלט אז איר זאלט יא גיין צו די שמחות פון אייערע עלטערן, מיט דעם וועט איר מאכן פאר זיי א נחת רוח, און מיט אייערע געשוויסטער זאלט איר רעדן סתם זאכן, דרייט אייך ארויס פון רעדן איבער זאכן וואס איר האט דערין חלוקי דעות.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכב): "כִּי זֶה יָדוּעַ, שֶׁמִּדַּת הַנִּצָּחוֹן אֵינָהּ סוֹבֶלֶת הָאֱמֶת", דאס איז באוואוסט, אז ווען א מענטש וויל אויספירן, וועט ער קיינמאל נישט מודה זיין אויפן אמת, "כִּי אַף אִם יֵרָאֶה לָעֵינַיִם דְּבַר אֱמֶת, יִדְחֶה אוֹתוֹ מֵחֲמַת הַנִּצָּחוֹן", און אפילו מען וועט אים אויפווייזן בפירוש מיט קלארע באווייזן אז ער איז נישט גערעכט, וועט ער אויך נישט מודה זיין אויפן אמת, ווייל ער וויל אויספירן; איז דאך א שאד זיך צו טענה'ען און זיך קריגן מיט א צווייטן.
איך האף אז איר פארשטייט וואס איך שרייב אייך, און איר וועט זיין א מבין דבר מתוך דבר צו וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט די משפחה אן מחלוקת, אפילו איר האט חלוקי דעות צווישן אייך.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.