תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
איך ווייס אז מיין בחור האט א סמארטפאון, (דער צווייטער, מיין ערשטער איז שוין ליידער אוועק געפאלן). צו פארשטיין ווי שטארק אויפגערעגט איך בין, וועל איך אייך זאגן אז איך וויל אים ממש הרג'נען, איך וויל אריינלייגן סם אין זיין עסן. וואס טו איך?
יישר כח.
אפרים
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אפרים נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך זע דיין צער וואס דו גייסט אריבער אז איין זון איז דיר שוין ארויס געפאלן פון דיינע הענט, יעצט זעסטו ווי דיין צווייטע זון גייט אוועק פון דיר; וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש האט א צרה אין שטוב, דארף ער אכטונג געבן אז עס זאל נישט ווערן פון די צרה - צרות צרורות... למשל, ווען עלטערן זעען ווי א קינד גייט אראפ פון וועג, דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו פארלירן וועגן דעם קינד - נאך קינדער, מען דארף זיך האלטן מיט אלע כוחות נישט אריין צו פאלן אין מרה שחורה, ווער רעדט נאך פון באשולדיגן איינער דעם צווייטן. דער מאן זאגט אז דאס האט פאסירט צוליב זיין ווייב, ווייל זי איז געווען צו ווייעך צום קינד, די ווייב זאגט אז דאס האט פאסירט צוליב איר מאן, ווייל ער איז געווען צו שטרענג צו אים וכו', וואס פאסירט? די גאנצע משפחה צעפאלט.
ליידער הער איך זייער אסאך פון בחורים וואס פארציילן מיר אז זיי האבן נישט קיין שטוב; זייער טאטע איז שוין נישט דער אלטער טאטע, די מאמע איז שוין נישט די ווארעמע מאמע פון אמאל. זייט איינע פון די ברודערס האבן אוועק געגליטשט האבן מיר אלעס פארלוירן, מען באשולדיגט זיך אליין, אדער באשולדיגט איינער דעם צווייטן, און דאס קען גורם זיין צו פארלירן א גאנצע שטוב השם ישמרינו.
דו שרייבסט מיר אז דו ביסט אזוי ברוגז אויף דיין זון אז דו ווילסט אים פאר'סמ'ען; וויסן זאלסטו אז דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו האט געהאט א זון וואס איז אראפ פון אידישע וועג רחמנא לצלן, מיט דעם אלעם פלעגט דער הייליגער באר מים חיים אים געבן עסן, קליידער און אים געהאלטן אין שטוב וכו'. יעדן ציפרי ווען דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו איז אויפגעשטאנען, האט ער געזאגט פארן באשעפער: "רבונו של עולם, קוק וואס איך טו מיט מיין זון, אפילו ער פירט זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, דאך געב איך אים עסן און אלע זיינע הצטרכות'ער. איך בין נאר א בשר ודם, איז דאך זיכער אז דו רבונו של עולם, וואס דו ביסט דער אב הרחמן, טוב ומיטב, ורב חסד, זאלסטו זיכער העלפן אידישע קינדער מיט אלעס וואס זיי דארפן, אפילו זיי פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין".
מיט דעם טייטשט דער הייליגער רבי מאיר'ל מפרימישלאן זכותו יגן עלינו (דברי מאיר, פרשת תולדות) דעם פסוק (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו כִּי צַיִד בְּפִיו"; ווי קען מען זאגן אויף יצחק אבינו אז ער האט ליב געהאט עשו הרשע? זאגט ער, אז יצחק אבינו האט דאס געטון, נאר "כִּי צַיִד בְּפִיו", ער זאל קענען מיט דעם מנצח זיין דעם אייבערשטן, ער האט געזאגט: "רבונו של עולם, קוק ווי איך געב פאר עשו וואס ער דארף, איך האב אים ליב אפילו ער גייט נישט בדרך הישר, זאלסטו אודאי העלפן אידן מיט וואס זיי דארפן, אפילו זיי פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין", עיין שם. זעט מען ווי אזוי צדיקים האבן זיך געפירט מיט זייערע קינדער ווען זיי זענען נישט געגאנגען בדרך הישר.
דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' נפתלי זכרונו לברכה, ער איז געווען פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פארן תיקון הכללי. וואס דער רבי האט מבטיח געווען: "ווען איך וועל אוועקגיין פון דער וועלט און מען וועט קומען אויף מיין ציון, געבן א פרוטה לצדקה לזכותו און זאגן די תיקון הכללי, אפילו דער מענטש זאל זיין זייער א גרויסער בעל עבירה, וועל איך אים מתקן זיין און אים א טובה טון; ביי די פיאות וועל איך אים ארויס ציען פון שאול תחתית".
דער ר' נפתלי האט געהאט א זון וואס איז ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, פלעגט ר' נפתלי גיין יעדן טאג צום ציון און מתפלל זיין אז דער זון זאל שטארבן, און תפילה האט דאך א גרויסן כח, און זיין זון איז טאקע געשטארבן. ווען ר' נתן זכרונו לברכה האט דאס געהערט, האט ער געזאגט פאר זיין חבר ר' נפתלי: "נפתלי, איך פארשטיי דיר נישט, אז דו האסט א כח פון דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן, וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן". זעט מען פון די מעשה, אז אנשטאט מען זאל זיך וועלן הרג'ענען אדער הרג'ענען דעם קינד, איז דא א בעסערע וועג - דאווענען צום אייבערשטן אז ער זאל תשובה טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.
דערפאר טייערער ברודער, שטארק דיר; טראכט נישט קיין נארישע מחשבות ווי אזוי דו קענסט חס ושלום פטר'ן דיין זון, איך ווייס אז דיין צער איז זייער גרויס און מען קען דאס נישט אויסהאלטן, אבער מיר האבן א גרויסע באשעפער וואס ער פירט דער וועלט, מיר פארשטיין נישט דרכי המקום ברוך הוא, מיר דארפן נאר מתפלל זיין צו אים. ווען מען בעט אים העלפט ער, מען דארף נאר האבן אסאך סבלנות נישט אויפצוהערן בעטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דיינע קינדער זאלן תשובה טון און דו זאלסט האבן נחת פון זיי און פון אלע קינדער.