שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין חבר'ס טאטע פירט זיך נישט ערליך, ווי אזוי קען איך מחזק זיין מיין חבר?
התחזקות, בחור, תפלות אויף אידיש, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס שרייבט צו אייך א 15 יעריגער בחור, איך לערן בחברותא מיט א בחור אין מיין עלטער, ער איז זייער א פארמאכטער, לעצטנס איז ער אבער געווארן נאנט מיט מיר און מיר אויסגעזאגט זיינע צרות, אז זיין טאטע זעט אויס ווי אינדרויסן ווי א איד, אבער אינדערהיים איז נישטא קיין אידישקייט, נישטא קיין שבת, נישטא קיין אמונה, ער רעדט כפירה אין פארנט פון די קינדער, און דער בחור איז זייער צעבראכן דערפון, ער זאגט אז זיין מאמע פרובירט מיט אלע כוחות אריינצולייגן אמונה אין די קינדער, זי איז אבער אויך זייער צעבראכן פון דעם שרעקליכן מצב.


מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט די שיעורים און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א, מיין חבר זאגט מיר אבער אז כאטש וואס ער ווייסט אז זיין איינציגסטע עצה איז נאר צו רעדן צום אייבערשטן, קען ער דאס אבער נישט טון, ווייל ווען ער הויבט נאר אן רעדן אדער טראכטן פון דעם, ווערט ער מורא'דיג צעבראכן און ער קען דאס נישט דערהייבן. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר אים?


א גרויסן יישר כח, מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת אחרי-קדושים, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מאיר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט זיך מחזק צוזאמען מיט דיין חבר צו זיין שטארק אין גלייבן אינעם אייבערשטן; שלמה המלך זאגט (קהלת ד, ט): "טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד אֲשֶׁר יֵשׁ לָהֶם שָׂכָר טוֹב בַּעֲמָלָם", צוויי מענטשן צוזאמען איז בעסער ווי צו זיין איינער אליינס, פארוואס? ווייל "כִּי אִם יִפֹּלוּ, הָאֶחָד יָקִים אֶת חֲבֵרוֹ, וְאִילוּ הָאֶחָד שֶׁיִּפּוֹל וְאֵין שֵׁנִי לַהֲקִימוֹ", ווייל ווען א מענטש פאלט אראפ, אויב איז ער אליינס וועט אים קיינער נישט אויפהייבן, ער וועט בלייבן אראפ געפאלן, אבער אויב האט ער א צווייטן, וועט אים דער צווייטער העלפן; דאס מיינט צו זאגן, אויב האט מען א גוטער חבר וועט אים דער חבר העלפן ווען ער גייט אריבער א שווערע זמן.


ווען מען איז מחזק א צווייטן, חוץ פון די גרויסע מצוה וואס מען האט, ווערט מען אליינס זייער מחוזק. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפה): "כְּשֶׁמְּדַבְּרִין עִם חֲבֵרוֹ בְּיִרְאַת שָׁמַיִם, אַף שֶׁאֵין חֲבֵרוֹ מְקַבֵּל מִמֶּנּוּ, אַף עַל פִּי כֵן הוּא מְקַבֵּל הִתְעוֹרְרוּת מֵחֲבֵרוֹ", ווען מען איז מחזק א חבר, אפילו אויב דער חבר וועט נישט אנעמען די ווערטער, וועט עס כאטש אריין גיין אינעם מענטש אליין, ער וועט ווערן שטערקער מיט אמונה און יראת שמים; דעריבער זאלסטו ווייטער רעדן מיט אים און ענק זאלן זיך מחזק זיין איינער מיטן צווייטן.


איך שיק דיר דא א בריוו וואס דו זאלסט איבער געבן פאר דיין חבר.


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


דיין חבר האט מיר געשריבן וואס דו גייסט אריבער מיט דיין טאטע וכו' וואס איז נעבעך זייער אראפ געפאלן, ער היט נישט קיין שבת און רעדט אנטקעגן די אמונה, השם ישמרינו.


דאס וואס דו גייסט אריבער מיט דיין טאטע איז זייער א שווערע זאך, ווייל פון איין זייט דארפסטו אכטונג געבן מכבד צו זיין דיין טאטע אפילו ער איז אראפגעפאלן, אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו אנטלויפן פון זיינע ווערטער וואס ער רעדט אנטקעגן די אמונה כדי עס זאל דיר נישט פאר'סמ'ען חס ושלום. זאלסט קיינמאל נישט אריין גיין אין ווכוחים, ווייל מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם אין אמונה; אמונה איז א מציאות, עס איז נישט דא אין דעם קיין ווכוחים, קיין ריאות וכו'. ווען דו שמועסט מיט איינעם און יענער הייבט אן ציען דעם שמועס אינעם ריכטונג פון ספיקות אין אמונה זאלסטו אנטלויפן פון דעם שמועס ווי מען אנטלויפט פון פייער, נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז, צי א טאטע צי ווייס איך ווער.


אחי היקר, קיינער קען דיר נישט פארשטיין און קיינער קען דיר נישט העלפן; דו האסט איין ברירה, נעם דעם הייליגן רבינ'ס עצה, ווייל נאר דאס וועט דיר ראטעווען. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות"; א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ צום אייבערשטן, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אויף אים אריבער, ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן און ער רעדט צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, דעמאלט וועט ער ארויס גיין פון אלע זיינע צרות.


אין אנהייב קומט נישט אן גרינג צו רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש זינדיגט ווערט ביי אים אויסגעלאשן די אמונה, ער שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, עס דאכט זיך אים אז דער אייבערשטער הערט אים נישט אויס און עס קומען אים אריין שלעכטע מחשבות וכו'. די עבירות וואס ער האט געטון דאס רודפ'ט אים, זיי גייען אים נאך און לאזן אים נישט אפ, אבער אז מען טוט תשובה און מען קוקט נישט אויף די אלע מחשבות, מען גלייבט וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "קיין ייאוש איז נישט פארהאנען", מען שטופט זיך צו רעדן צום אייבערשטן, דאן ווערט דער מח צוביסלעך ריין און מען הייבט אן שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואו איך ווייז דיר א וועג ווי אזוי דו זאלסט רעדן צום אייבערשטן; אז דו וועסט דאס זאגן יעדן טאג וועסטו מיט דער צייט אנהייבן אליינס צו רעדן דיינע אייגענע תפילות צום אייבערשטן, וואס דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, און עס וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט:


"רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר אז איך בין א איד און איך דאנק דיר אז איך בין געזונט און שטארק.


רבונו של עולם! איך האב א זאך וואס טוט מיר זייער וויי און איך שפיר אז איך קען עס נישט אריבער טראגן; מיין טאטע איז אראפגעפאלן פון די אמונה און איך האלט עס נישט אויס, איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם, איך שפיר ווי מיין לעבן האט זיך געענדיגט און דאס האט זייער א שלעכטע השפעה אויף מיר. איך בין געווארן זייער א פארמאכטער מענטש, איך רעד נישט מיט קיינעם און איך עס מיר אויף פון מיין צרה.


הייליגער באשעפער! דו ביסט א כל יכול, העלף מיר איך זאל צוריק האבן א טאטע וואס גלייבט אין דיר, העלף מיר אז מיין טאטע זאל זיך צוריק קערן צו די אמונה, העלף מיר און מיין צעבראכענע מאמע און אונזער גאנצע משפחה אז מיר זאלן צוריק האבן אונזער ערליכע טאטע; מיין מאמע פרובירט צו האלטן די שטוב מיט אלע אירע כוחות, אבער וויפיל קען שוין א מאמע אליינס טון?! אונזער גאנצע משפחה איז צעריסן און צעשניטן, העלף מיין טאטע זאל תשובה טון, לייג אריין אין אים א ריינקייט און א ליכטיגקייט.


רבונו של עולם! איך ווייס אז נאר דו קענסט מיר העלפן, איך ווייס אז נאר תפילה איז מיין איינציגסטע האפענונג, אבער יעדעס מאל איך הייב אן רעדן צו דיר פון דעם ענין ווער איך זייער צעבראכן אז איך קען עס מער נישט דערהייבן; בעט איך דיר הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, ווייז מיר אז דו הערסט מיר אויס, העלף מיר אז איך זאל נישט אפטרעטן פון די אמונה, איך זאל לעבן מיט אמונה און שטארבן מיט אמונה, איך זאל נישט האבן קיין שום קשיות אויף דיר און קיין שום קאפ-דרייעניש.


אויך בעט איך דיר טאטע אין הימל האב שוין רחמנות אויף אלע אידן; אידישע קינדער זענען זייער צעבראכן, מענטשן זענען פארלוירן, עס פאלן אוועק אידישע נשמות פון אלע משפחות. שיק אונז שוין דעם גואל צדק, שיק אונז שוין משיח ער זאל אונז אלעמען צוריק קערן צו דיר, עס זאל שוין מקוים ווערן יַכִּירוּ וְיֵדְעוּ כָּל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל, כִּי לְךָ תִּכְרַע כָּל בֶּרֶךְ, תִּשָּׁבַע כָּל לָשׁוֹן. לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ יִכְרְעוּ וְיִפֹּלוּ, וְלִכְבוֹד שִׁמְךָ יְקָר יִתֵּנוּ, וִיקַבְּלוּ כֻלָּם אֶת עֹל מַלְכוּתֶךָ, וְתִמְלֹךְ עֲלֵיהֶם מְהֵרָה לְעוֹלָם וָעֶד, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.