תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די הערליכע שיעורים וואס זענען זייער מחזק, און פאר די הערליכע ניגונים מיט וואס מיר זענען זיך ממש מחיה.
איך בין א פרוי, און מיין מאן איז א מלמד. איך וויל זייער שטארק אז ער זאל גיין ביינאכט צו א שיעור תורה, אבער ער זאגט אז ער לערנט תורה מיט די קינדער אין חדר און ער איז שוין יוצא מיט דעם, איך ווייס אבער נישט אויב ער איז גערעכט מיט דעם.
איך וויל זייער האבן א חלק אין זיין תורה, איך שטיי אויף יעדן אינדערפרי און איך גרייט אים צו עסן און אלעס וואס ער דארף, ער זאל קענען לערנען רואיגערהייט מיט די קינדער אין חדר, איך וויל אבער אזוי שטארק אז ער זאל האבן אויך א געהעריגע שיעור אין תורה יעדע נאכט.
זאל איך אים מחזק זיין ער זאל גיין לערנען ביינאכט? און אויב יא, וואס זאג איך אים? ווי אזוי קען איך מאכן ער זאל וועלן גיין לערנען ביינאכט?
אגב, מיר ווארטן שוין דריי יאר אויף קינדער, לעצטנס האב איך אנגעהויבן מאכן אביסל התבודדות אויף דעם, איך פיר זיך צו שרייבן צום אייבערשטן, איך האב געשריבן פאר'ן אייבערשטן א דאנק בריוו אז מיר האבן נישט קיין קינדער, אבער ווען איך האב עס געוויזן פאר מיין מאן האט ער געזאגט אז ער פארשטייט דאס נישט, פארוואס זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן נישט קיין קינדער? מיר דארפן נאר בעטן אויף דעם. וויל איך וויסן וואס איז טאקע דער ריכטיגער וועג צו טון וועגן דעם.
א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטס.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס, פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד; אמת, ביי די וועלט איז א מלמד נישט אזא חשוב'ע שטעלע, אבער עס איז נישט אזוי. מלמדות איז זייער א הייליגע ארבעט און אן אחריות'דיגע ארבעט, ווייל א מלמד קען אויפהייבן קינדער און זיי אויפבויען פאר זייער גאנצן לעבן, און פארקערט אויך - ער קען נעמען א קינד און אים אזוי אראפקלאפן, אז דער קינד זאל בלייבן א צעקלאפטע נשמה אויף זיין גאנץ לעבן.
הדבר הראשון בעט איך אייך איר זאלט זיך זייער פרייען אז דער אייבערשטער האט אייך געגעבן די זכיה צו האבן א מאן וואס איז עוסק אין אזא הייליגע ארבעט און עס זאל אייך נישט באדערן אז ער גייט נישט ביינאכט לערנען וכו'. איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים וואס זענען מלמדים ווען זיי קומען צו מיר מיט די טענה אז זיי קומען נישט אן צו לערנען זייער אייגענע שיעורים: "לערנען מיט קינדער איז מער ווי לערנען פאר זיך"; ווען מען לערנט מיט קינדער איז דאס תורה לשמה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה מט:): אויפן פסוק (משלי לא, כו): "פִּיהָ פָּתְחָה בְחָכְמָה וְ'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז תורת חסד און וואס איז נישט קיין תורת חסד? "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ - זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד, שֶׁלֹּא לְלַמְּדָהּ - זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁאֵינָהּ שֶׁל חֶסֶד", ווען מען לערנט תורה מיט א צווייטן - בפרט מיט ריינע קינדער תינוקת של בית רבן וואס זענען נאך לויטער און ריין - דאס איז תורה לשמה, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון אזא תורה.
דערפאר זאלט איר זיך פרייען אז אייער מאן איז זוכה צו לערנען א גאנצן טאג תורה לשמה; איר דארפט פארשטיין אז עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו זיצן מיט קינדער א גאנצן טאג, די גאנצע כח און מח ווערט אפגעשוואכט נאך א טאג זיצן מיט קינדער, זאלט איר אים נאר מחזק זיין און אים מכבד זיין.
בעטס דעם אייבערשטן אז ער זאל אייך געבן ערליכע קינדער. עס פעלט נישט אויס צו שרייבן פאר'ן אייבערשטן בריוון וכו'; ווען מען איז צוקריגט מיט איינעם און מען שעמט זיך צו רעדן צו יענעם הייבט מען אן מיט א בריוו, ווייל מען שעמט זיך אנצוהייבן רעדן מיט יענעם וכו', אבער מיט'ן אייבערשטן דארף מען זיך נישט שעמען צו רעדן, דעם אייבערשטן דארף מען בעטן נאכאמאל און נאכאמאל אן אויפהער, ביז ער וועט אייך העלפן.
אודאי זאלט איר אים דאנקען אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך. אז איר האט א טייערע מאן וכו', אז איר זענט ביידע געזונט וכו' און אז איר ווייסט פון הייליגן רבינ'ס עצות אז מען קען רעדן צום אייבערשטן און וואס מען דארף זאל מען זיך נאר ווענדן צו אים, אויף דעם אלעם זאלט איר אים דאנקען און נאכן דאנקען בעטס אים: "רבונו של עולם, גרויסער באשעפער, וואס דו האסט באשאפן אזא גרויסע שיינע וועלט, העלף מיר, געב מיר קינדער"; שמועסט מיט אים אזוי ווי חנה – שמואל הנביא'ס מאמע - האט געבעטן קינדער, אזוי ווי מיר געפונען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "כַּמָּה הִלְכָתָא גִּבָּרָתָא אִיכָּא לְמִשְׁמַע מֵהָנֵי קְרָאֵי דְּחַנָּה", זייער אסאך הלכות אין הלכות תפילה לערנט מען ארויס פון חנה – די מאמע פון שמואל הנביא; זי האט נישט אפגעלאזט דעם אייבערשטן ביז זי האט זוכה געווען צו אזא הייליג קינד. זי האט גע'טענה'ט מיטן אייבערשטן: "ה' צְבָאוֹת" זאגן חז"ל (ברכות, שם) אז זי האט געזאגט: "רבונו של עולם, דו האסט באשאפן אזא גרויסע וועלט, בעט איך דיר געב מיר א קינד", בעטס אויך אזוי דעם אייבערשטן וועט איר זען אז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן.
איך האף צום אייבערשטן אז בקרוב וועט איר מיר מבשר זיין א פרייליכע בשורה.