תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
זייט איך האב אנגעהויבן הערן דעם ראש ישיבה שליט"א'ס דרשות, האב איך אנגעהויבן זייער נזהר צו זיין אין כיבוד אב ואם, זיי מכבד צו זיין, און נישט צוריק ענטפערן ווען זיי שרייען מיר אן.
איך האב אבער געוואלט וויסן וואס די הלכה איז ווען מיינע עלטערן שרייען אויף מיר אז מיין רבי איז נישט קיין רבי, און נאך אזעלכע סארט נישט שיינע לשונות אויף דעם פלאץ וואו איך דריי זיך. מעג איך איר שיינערהייט זאגן אז דאס איז מיין רבי און איך טאר נישט הערן רעדן קעגן אים, אדער עפעס ענליך אויף אן איידעלע וועג, אדער זאל איך ענדערש אפשווייגן אזוי ווי אויף די אנדערע בזיונות וואס איך כאפ כסדר?
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר,
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך ווייס נישט ווער דיין רבי איז און אין וועלכע פלאץ דו דרייסט זיך; אויב איז דיין רבי דער הייליגער רבי און דו דרייסט זיך אין היכל הקודש זאלסטו אודאי נישט ענטפערן ווען מען שרייט און מען שפעט פון אונז. אז דו וועסט נישט ענטפערן ווען מען פארשעמט דיר וועסטו זוכה זיין צו די ריכטיגע תשובה אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.
אונזער זאך איז אפשווייגן ווען מען האט א בזיון. מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רב א שטיק צואה, דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וואוסנדיג געמאכט נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו'. האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".
ענטפער נישט קיינעם, בפרט דיינע עלטערן; אז דיינע עלטערן רעדן אויפ'ן רבי'ן און אויף ברסלב'ע חסידים זאלסטו זיך האלטן שטיל און געלאסן, מיט דעם וועסטו אפשטילן אלע מחלוקת און קריגערייען. קיינער וועט דיר נישט קענען אפשוואכן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות מריבה, סימן לה): "מִי שֶׁהוּא עָצוּר בְּמִלִּין, לֹא יוּכַל אוֹתוֹ שׁוּם אָדָם", ווער עס ענטפערט נישט און רעדט נישט, קען אים קיינער נישט בייקומען.
אין זכות וואס דו געבסט אכטונג אויף די כבוד פון דיינע עלטערן וועסטו זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים, דו וועסט זוכה זיין צו די וועלט און יענע וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
א פרייליכן יום טוב.