שאלה אין קורצן ענין
#1 - מ'רודפ'ט מיינע קינדער אין חדר און אין שולע, וואס קען איך טון?
חינוך הילדים, מוסדות, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, וואו איך האב ב"ה זייער שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב, איך לעב ב"ה א הערליך לעבן מיט מיין ווייב און קינדער, איך האב ב"ה קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען, איך האב ב"ה געראטענע קינדער און איך האב געטון הערליכע שידוכים מיט זיי. איך האב ב"ה ברייט פרנסה, און אלעס גייט מיר זייער גוט, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


לעצטנס האט זיך אבער געמאכט אן אינצידענט און דאס האט געברענגט אז די מענטשן אין מיין געגנט האבן מיר אנגעהויבן זייער שטארק צו רודפ'ן, דאס וואלט מיר נישט אזוי געשטערט, דער פראבלעם איז אבער אז ס'איז געגאנגען נאך ווייטער, אז מ'האט אויך אנגעהויבן צו רודפ'ן מיינע קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך, אין חדר און אין שולע.


די קינדער קומען אהיים ממש אויסגעלאשן, זיי דערציילן ווי מען רודפ'ט זיי און מען פייניגט זיי אויס, און דאס מאכט מיר געפערליכע צער. איך און מיין ווייב מאכן נאס דעם קושן יעדע נאכט.


ליידער איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, נישטא קיין הנהלה אדער רבנים וואס זאלן זיך צוהערן צו אונזער ווייטאג. וואס זענען שולדיג מיינע אומשולדיגע קינדער, אז מ'טשעפעט זיי אזויפיל און מ'געבט זיי צונעמען, און אזוי ווייטער.


ביטע האט רחמנות אויף מיין משפחה וואס גייט ממש צוגרינד, און געבט אונז אן עצה וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח, יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויין ווען איך ליין דיין בריוו.


איך בין דאס אריבער ווען איך האב געעפענט די ברסלב'ע ישיבה; פאר צען יאר צוריק האט מען דאס געטון מיט מיינע קינדער. מען האט זיי געטשעפעט און פארשעמט, מען איז זיי נאכגעלאפן אין די גאסן, די שכנים וכו' האבן זיי נאכגעשריגן מיט אלע מיאוס'ע ווערטער אויף זייער טאטע, דאס האט מיר זייער וויי געטון, נאך מער פון אלעס.


פרוביר צו רעדן צו די מלמדים און טיטשערס פון דיינע קינדער, פארצייל זיי וואס מען טוט מיט די קינדער, זיי וועלן אודאי אנזאגן די תלמידים אז מען טאר נישט וויי טון א צווייטן איד. אויב זיי וועלן זיך נישט וואוסענדיג מאכן, זיי וועלן זאגן אז עס איז א מצוה צו רודפ'ן דיינע קינדער זאלסטו ארויס נעמען דיינע קינדער פון אזא פלאץ; אויב א מלמד איז מחנך זיינע תלמידים מיט רשעות, צו טשעפען אנדערע קינדער, וועלן אלע קינדער ביים סוף ארויס גיין לתרבות רעה.


איך ווייס נישט וואו דו געהערסט, צו וואסערע חסידות וכו'; איך וויל דיר דערציילן אז דא איז דא א געגענט וכו' וואו מען האט פאר דרייסיג יאר צוריק מחנך געווען קינדער צו שפייען אויף קינדער וואס לערנען אין אן אנדערע מוסד, מען האט אויסגעלערנט די מיידלעך אז ווען זיי זעען א מיידל וואס גייט אין די אנדערע שולע זאל מען ציען אירע האר און שרייען מיאוס'ע ווערטער. רוב פון די קינדער זענען ארויס לתרבות רעה און די איבעריגע האבן נעבעך יענעם חיים טובים.


דערווייל לייג אריין אין זיי א שטארקייט אז זיי זאלן נישט ווערן צעפאלן און דערנידערט פון קיינעם; אויב איינער שלאגט זיי, זאלן זיי צוריק געבן מכות רצח, זיי זאלן נישט מורא האבן פון קיינעם. זאג זיי אן אז קיינער קען נישט קומען שרייען אויף זיי "נקמה", ווייל מען דארף אויסלערנען פאר די קינדער: "הבא להרגך השכם להרגו", דאס הייסט "סעלף דיפענס" וואס איז נישט נקמה, ווייל נקמה מיינט אז איינער האט מיר שלעכטס געטון טאר איך אים נישט צוריק טון קיין שלעכטס, אבער אז איינער וויל מיר שלאגן איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן.


עס איז נישט דא קיין שום היתר צו טשעפען קינדער וועגן די עלטערן; ווען דער הייליגער סאטמארער רב זכותו יגן עלינו האט געעפענט די חדר "תורה ויראה", האט ער געזאגט אז מען קען נישט קוקן אויף די עלטערן וכו', ער האט געהייסן אריין נעמען אין חדר און אין שולע ווער עס האט נאר געוואלט; ווען עלטערן זענען געקומען זיך אפרעדן אז עס זענען דא קינדער וואס זייערע עלטערן היטן נישט קיין שבת, און זיי ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן לערנען צוזאמען מיט זיי, האט דער רבי זי"ע געענטפערט: "אויב איר ווילט נעמט ארויס אייער קינד"... אזוי אויך האט מען זיך אפגערעדט אז עס זענען דא עלטערן וואס פארמאגן טעלעוויזשן אין שטוב, אויף די אלע טענות האט דער רבי געענטפערט: "מיט די צייט וועלן די קינדער משפיע זיין אויף די עלטערן זיי זאלן אויך תשובה טון"; ער האט בשום אין אופן נישט געלאזט מען זאל ארויס ווארפן א קינד וועגן די עלטערן.


דעריבער זאלסטו נאכאמאל פרובירן צו רעדן צו די מלמדים און טיטשערס, צום מנהל און מנהלת אז מען טוט וויי דיינע קינדער; אפשר איז עס נישט ממש ווי דו זאגסט, אפשר זוכן דיינע קינדער צו טשעפען מיט אנדערע, זיי מברר וואס גייט פאר, און אויב עס איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט, זאלסטו שוין ארויס נעמען דיינע קינדער פון אזא פלאץ וואס וועט סיי ווי צעפאלן.


די הנהלת המוסד איז געקומען אמאל צום הייליגן סאטמארער רבי זאגן אז עס איז נישט דא קיין געלט און די מוסד האלט זיך ביים פארמאכן, האט דער רבי זכותו יגן עלינו זיי געזאגט אזוי: "א מוסד מאכט זיך נישט צו אז מען האט נישט קיין געלט, א מוסד מאכט מאכט זיך צו פון מחלוקות"; קינדער טאר מען נישט אריין מישן אין קיין מחלוקת, קינדער וואס הערן רעדן אויף א צווייטע איד וועלן שפעטער אוועק גיין פון אידישקייט, מחלוקות איז נישט גוט פאר קיינעם, עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פאר קיינעם, ספעציעל פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז, און אונז שיקן דעם גואל צדק וואס זאל מאכן שלום צווישן אונז, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג): "הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא וגו' והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם", און חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (עדיות, ח): "אין אליהו בא לא לרחק ולא לקרב, אלא לעשות שלום בעולם", אליהו הנביא וועט קומען נאר צו מאכן שלום אויף די וועלט; אמן.