שאלה אין קורצן ענין
#12 - ווי אזוי פארענטפערט מען די קשיות פון די קינדער?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, קשיות, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב איין זון וואס וואקלט זיך אביסל אין ערליכקייט, און ברוך ה' אז ס'איז דא נאך קינדער סיי יונגער און סיי עלטער פון אים. לעצטנס האט ער זיך געקויפט א נישט כשר'ע טעלעפאן, די אנדערע קינדער הויבן אן פרעגן וואס איז פשט פון דעם וואס ער האט דאס, און אויך רעדן זיי זיך אפ אז די קינדער פון זייער קלאס מאכן חוזק פון זיי אז זייער ברודער האט טריפה'נע זאכן; ווי אזוי ערקלער איך דאס פאר די קינדער אויף א קלוגע פארשטענדליכע וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט אלע פראגעס וואס קינדער פרעגן - דארף מען ענטפערן, ווען זיי פרעגן אזעלכע הייקעלע פראגעס דריידט מען זיך ארויס מיט חכמה.


קינדער זוכן אלץ די סארט תירוצים; פארוואס יענער מעג יא און איך טאר נישט? פארוואס דארף איך גיין שלאפן ווען א צווייטער איז נאך אויף? קינדער זוכן זיך שטענדיג ארויסצודרייען מיט די טענה פארוואס יענער מעג און מיר טארן נישט; די ריכטיגע וועג איז צו זאגן: "וואס קוקסט אויף א צווייטן? דו דארפסט טון וואס איז ריכטיג; וואס יענער טוט - האט גארנישט מיט דיר".


אז די קינדער קומען אהיים זאגן אז מען טשעפעט זיי אין חדר - דארפסטו רעדן מיט'ן מלמד און מיט'ן מנהל זיי זאלן מחנך זיין די קינדער, זיי אויסלערנען נישט צו טשעפען א צווייטן.


עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלעכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפולט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ווי אזוי קען מיר מאכן אז מ'זאל אננעמען אונזער טאכטער אין סעמינאר?
התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, קינדער, מוסדות, איינזאם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער וועכנטליכער קונטרס עצתו אמונה איז די עונג שבת פון אונזער גאנצע משפחה. א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע בריוו, פול מיט אזויפיל חיזוק און עצות אין לעבן.


אונזער טאכטער דארף אריינגיין קומענדיגע יאר אין סעמינאר דא אין ירושלים עיר הקודש, מיר האבן איר איינגעשריבן אין א גוטע סעמינאר, ס'זעט אונז אויס ווי ס'וועט זיין א גוטע פלאץ פאר איר, זי איז זייער וואויל, האט א גוטע הארץ און גוטע מדות, און איז צניעות'דיג און איידל.


דער פראבלעם איז אז ס'איז דא אזא גרויסע פארלאנג פון מיידלעך וואס ווילן דארט אריינגיין, און אויך זענען מיר פון "עדות המזרח", און מיר זענען נישט געבוירענע אין ארץ ישראל, די אלע זאכן מאכט אז מיר זאלן זיין די לעצטע אויף די ליסטע אנצונעמען. מיר האבן דערווייל נאכנישט באקומען קיין ענטפער פון זיי, און זי האט חבר'טעס וועמען מ'האט שוין יא אנגענומען, און דאס מאכט דער מצב זייער אנגעשטרענגט.


מיר וועלן זיך פרייען צו באקומען חיזוק און אן עצה אויף דעם ענין. אויך אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מתפלל זיין פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דערמאנסט מיר א מעשה, מוהרא"ש האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, אות מט און ווייטער) אז זומער תשכ"ו האבן אנשי שלומינו נאכאמאל באקומען רשות צו פארן קיין אומאן; דעמאלט האט מען נישט געקענט פארן קיין אוקריינא נאר מיט רשות פון די רעגירונג. די ערשטע מאל ווען די רעגירונג האט געגעבן רשות פאר אנשי שלומינו צו קומען, שנת תשכ"ד, האט מוהרא"ש אויך באקומען רשות, אבער וויבאלד מען האט זייער פיינט געהאט מוהרא"ש האבן זיי זיכער געמאכט אז מוהרא"ש זאל נישט מיט קומען.


די צווייטע מאל, שנת תשכ"ו האט מוהרא"ש זייער שטארק געוואלט מיט גיין מיט די קבוצה וואס האט באקומען רשות, איז ער געגאנגען זיך בעטן ביי הרב החסיד ר' צבי אריה רוזנפעלד ער זאל אים מיט נעמען, ר' צבי ארי' האט זיך פרובירט ארויס צו דרייען, ווייל ער האט מקבל געווען לשון הרע אויף מוהרא"ש, מען האט אים אויפגעהעצט קעגן אים, האט ער אים נישט געוואלט געבן א וויזע, אבער מוהרא"ש האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו קענען קומען קיין אומאן, מוהרא"ש האט מיט זיינע טרערן ווייך געמאכט זיין הארץ און באקומען רשות מיט צו גיין.


דער אנפירער פון די גרופע האט אנגעזאגט יעדן איינעם מען זאל נישט האבן קיין שייכות מיט מוהרא"ש און מ'זאל נישט רעדן מיט אים; אזוי האבן זיי טאקע געטון. מוהרא"ש דערציילט: "איך האב אבער ברוך ה' אויסגעניצט די טייערע צייט, ספעציעל אז איך בין געווען איינער אליין, און איך האב זיך אסאך מתבודד געווען אויפ'ן וועג; מיר זענען אנגעקומען צו אן האטעל אין קיעוו, פאר מיר האט מען געגעבן א פריוואטע צימער, ווייל איך בין דאך געווען אין חרם, מען האט נישט געטארט האבן קיין שייכות מיט מיר".


מוהרא"ש איז געזעסן אליין, קיינער האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, פונדעסטוועגן האט אים גארנישט אינטערעסירט, ווייל ער איז געווען צוגעוואוינט צו אנטלויפן אלץ צום אייבערשטן, ער האט נישט געדארפט קיינעם אויף די וועלט.


אזוי ווי די נסיעה האט גענומען זייער לאנג, איבער פיר און א האלב שעה, (ווייל דעמאלט איז דער וועג פון קיעוו קיין אומאן געווען זייער צעבראכן), האבן זיי אויפ'ן וועג אנגעהויבן שמועסן צווישן זיך, אז אזוי ווי די ד' אמות פון רבינ'ס ציון איז זייער קליין און עס וועלן נישט קענען דארט זיין אויף איינמאל אזא גרויסע גרופע פון פינף און דרייסיג מענטשן וואס קומען צום ערשטן מאל צום ציון, עס וועט דאך נישט זיין קיין פלאץ פאר יעדן צוזאמען צו שטיין ביים ציון, דערפאר האבן זיי צעטיילט דעם עולם מיט א גורל, אז עס זאל זיין דריי גרופעס פון צען מענטשן אויף אמאל וואס זאלן קענען צוגיין צום ציון. פארשטייט זיך אז מוהרא"ש האט מען בכלל נישט אריינגעלייגט אינעם גורל...


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זיך אבער פארלאזט נאר אויפ'ן אייבערשטן, אז אין זכות פון ארבעטן אזויפיל פאר'ן רבי'ן די אלע יארן וועט מען אים נישט קענען אוועקשטופן; ער האט זיך בכלל נישט אריינגעמישט, ער האט זיך נישט געבעטן און נישט גערעדט בכלל איבער דעם ענין. ער איז געזעסן אין די זייט און געלאכט פון זיי, אז דאס איז גאר מיט וואס זיי פארברענגען די צייט זיך צוצוגרייטן צום ציון פון הייליגן רבי'ן. מוהרא"ש האט זיך זייער אסאך מתבודד געווען די גאנצע וועג: 'וואו פאר איך? צו וועמען פאר איך?' ער האט זיך גוט גוט צוגעגרייט אנצוקומען צום ציון פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט: "דעמאלט האב איך געזען אז ביים רבי'ן איז נישטא קיין מיוחסים, אלע זענען אייניג ביי אים; ווייל ווען מיר זענען שוין ענדליך אנגעקומען צום הויז וואס דארט אין הויף געפונט זיך דער ציון פון רבי'ן, און די רוסן זענען נישט געווען צוגעוואוינט אז ס'זאל אנגעקומען אזא גרויסע גרופע אמעריקאנער בירגער אין אזא קליין שטעטל ווי אומאן, דערפאר זענען דארט געשטאנען פאליציי און נישט אריינגעלאזט דעם עולם, מיט טענות ומענות אז די באלעבאסטע פונעם הויז וויל נישט אז אזא גרויסער ציבור זאל אריינגיין אין הויף און מ'זאל איר דארט אלעס צעברעכן.


דער הויפט אנפירער פון די נסיעה האט פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו עקשנ'ען ביי זיי, מען האט פרובירט אלע טענות און געבעטן, עס האט אבער גארנישט געהאלפן, מען האט פרובירט צוצוזאגן אסאך שוחד, עס האט אבער אויך נישט געהאלפן, די פאליציי האט נאר געוואלט אז יעדער זאל שוין צוריק ארויפגיין אויפ'ן באס און צוריק פארן קיין קיעוו".


יעדער איז געווען זייער נערוועז און דערשראקן, מ'האט זיך גע'טענה'ט און געשריגן, און דערווייל האט מען אינגאנצן פארגעסן פונעם סדר וואס מען האט איינגעטיילט, ווער עס זאל זיין פריער אדער שפעטער און ווען מוהרא"ש האט געזען די איבערקערענישן וואס קומט דארט פאר צווישן עולם האט ער זיך צוביסלעך צוגערוקט נענטער און נענטער צום צוים; קיינער האט נישט געכאפט אז ער איז דער ערשטער וואס שטייט ביים טויער, ביז נאכ'ן טענה'ן כמעט א שעה מיט די פאליציי און די באאמטע איז ער שוין געווען דער ערשטער אין די רייע. (קיינער האט נישט באמערקט ווי אין די צייט וואס זיי זענען געווען דארט פארנומען מיט די גאנצע איבערקערעניש איז מוהרא"ש געשטאנען ביים טויער און זיך אסאך מתבודד געווען צום אייבערשטן, ער זאל רחמנות האבן, ער זאל זען די פילע בזיונות און שפיכות דמים וואס ער ליידט די גאנצע וועג, מען איז אים מחרים און מען וויל נישט רעדן מיט אים, ער זאל כאטש זוכה זיין אריינצוגיין און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהלים - די "תיקון הכללי").


דאן איז געקומען די באפעל אז מען קענען אריינגיין; פארשטייט זיך מוהרא"ש איז געווען דער ערשטער וואס האט געעפנט די טיר, ער איז גלייך געלאפן צום רבינ'ס ציון, זיך געשטעלט אין א ווינקל און אנגעהויבן זאגן די צען קאפיטלעך תהלים מיט א געוואלדיגע התעוררות און זיך דארט מתבודד געווען אויפ'ן גאנצן "ליקוטי מוהר"ן".


מען איז דארט געווען פאר דריי און א האלב שעה, און ווי פארשטענדליך האבן אלע פארגעסן פונעם גורל מיט די ליסטעס, ווייל פון גרויס שרעק אז מען זאל זיי נישט פארטרייבן פון דארט, האט יעדער פארגעסן פון א צווייטן, און וואונדער איבער וואונדער האט מען געזען אז די ד' אמות פון רבי'ן איז א מועט המחזיק את המרובה, עס איז געווען פלאץ פאר יעדן איינעם און קיינער האט נישט געדארפט אוועקשטופן א צווייטן (ווייל אין די מינוט וואס מ'טראכט נישט פון יענעם, יעדער טראכט נאר פון זיך אליין, דאן איז שוין דא פלאץ פאר יעדן. מוהרא"ש זאגט: "דעמאלט האב איך געזען אז ביים רבי'ן איז נישטא קיין שום מיוחסים; די אלע וואס האבן געטראכט איבער דעם ווער עס זאל זיין פריער אדער שפעטער זענען געבליבן זייער פארשעמט, ווייל יעדער איז געשטאנען אינאיינעם אין די ד' אמות פון רבי'ן, עס איז געווען פלאץ פאר יעדן").


מוהרא"ש איז געשטאנען מיט גרויס עקשנות אויף איין פלאץ פאר דריי און א האלב שעה אין א צו, אונטער די ברענעדיגע זון און עס האט אים גארנישט אינטערעסירט; (דערציילט מוהרא"ש: "כאטש וואס זיי האבן שוין געענדיגט די 'תיקון הכללי' און די תפלות מיט התבודדות און זיי האבן זיך געזעצט דארט עסן און גערעדט וואס זיי האבן גערעדט, און אזוי ווייטער. האט מיר דאס גארנישט אינטערעסירט, איך האב זיך נאר מתבודד געווען אויפ'ן גאנצן 'ליקוטי מוהר"ן' וואס איך האב געדענקט אויסנווייניג").


אינצווישן זענען די פאליציי שוין אנגעקומען און האבן יעדן פארטריבן צוריק צום באס. און מוהרא"ש, וואס איז געשטאנען דארט מיט פארמאכטע אויגן, האט נישט אויפגעפאסט בכלל וואס עס קומט פאר ארום אים, ער האט זיך ווייטער מתבודד געווען און נישט געכאפט אז די פאליציי זענען דארט און עס איז דא א באפעל צוריק צו גיין צום באס.


זיי האבן אפגעציילט וויפיל מענטשן געפונען זיך אויפ'ן באס און געזען אז איינער פעלט, פון גרויס צעמישעניש און איבערקערעניש האבן זיי אינגאנצן פארגעסן אז מוהרא"ש שטייט נאך ביים רבינ'ס ציון מיט פארמאכטע אויגן, ער האט נישט געוואוסט און נישט געהערט, נישט געזען און נישט געשפירט, וואס טוט זיך בכלל ארום אים.


זיי זענען אים געקומען זוכן, זיי האבן אפילו געשריגן אז ער דארף שוין קומען, מוהרא"ש האט אבער נישט צוגעלייגט קאפ צו זיי, ביז ווען די פאליציי זענען צוגעקומען צו אים און אים אנגעהויבן שאקלען, דעמאלט האב ער געעפנט די אויגן און זיי געוויזן מיט די צען פינגער, ווי צו ווייזן אז זיי זאלן אים געבן נאך צען מינוט צו בלייבן ביים ציון און זיי האבן מסכים געווען.


דערווייל האבן זיי געשטעלט שומרים אויפ'ן באס, אז קיינער זאל זיך נישט דערוואגן אראפצוגיין; אלע אנשי שלומינו זענען געזעסן און געזינגען אויפ'ן באס, זיי זענען געווען זייער פרייליך אז זיי האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבינ'ס ציון פאר אזא לאנגע צייט, זיי האבן אבער נישט געקענט אראפגיין פון באס ווייל מען האט זיי נישט געלאזט.


מוהרא"ש איז דערווייל געבליבן ביים ציון פאר נאך א האלבע שעה, ווייל פון די צען מינוט וואס זיי האבן מסכים געווען איז געווארן א האלבע שעה, ביז זיי זענען געקומען אים ארויסשלעפן מיט כח פון דארט, פונדעסטוועגן איז אים געלונגען נאך צוויי מאל זיך ארויסצודרייען פון זיי און צוריק גיין צום רבינ'ס ציון און ער איז געווען דארט פאר נאך פופצן מינוט ביז ער איז ארויף אויפ'ן באס.


"דעמאלט האבן מיינע שונאים געזען", זאגט מוהרא"ש, "אז נישט נאר בין איך נישט געווען דער לעצטער אריינצוגיין צום רבינ'ס ציון, נאר קיינער האט קודם נישט געהאט קיין רשות אריינצוגיין בכלל און ווען מען האט שוין יא געגעבן רשות, בין איך געווען דער ערשטער אריינצוגיין און דער לעצטער ארויסצוגיין, איך בין דארט געווען כמעט א שעה מער פון יעדן. דערפאר האבן זיי שוין אנגעהויבן אסאך רעדן מיט מיר אויפ'ן וועג צוריק, זיי זענען נתפעל געווארן פון די גרויסע עקשנות וואס איך האב געהאט אויפ'ן רבינ'ס ציון, אז עס האט מיר קיינעם נישט אינטערעסירט און עס איז מיר גארנישט אנגעגאנגען וואס טוט זיך ארום מיר".


דאס אלעס שרייב איך דיר דו זאלסט פארשטיין אז אפילו דא אונטן איז דא א ליסטע וועמען מען נעמט אן קודם און וועמען מען לייגט ביים סוף, אבער אויבן אין הימל איז דא אן אנדערע סדר; אויב מען בעט דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל טוישט זיך די סדר, דער וואס מיינט ער גייט קודם דער גייט ביים סוף און דער וואס מיינט ער וועט זיין דער לעצטער ער באקומט דער ערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ווי אזוי געב איך מיין מעשר געלט פאר הפצה?
הפצה, מוסדות, צדקה, מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר די ווארעמע דרשות און חיזוק, ס'איז ממש מחיה נפשות.


איך האב געמאכט עפעס אן אינוועסטמענט, און איך האב זיך אונטערגענומען אז א חלק פון די מעשר וועל איך געבן פאר הפצה. יעצט איז מיין שאלה וואס ס'גייט אריין אין גדר פון הפצה, נאר צו דרוקן ספרים, אשר בנחל און קונטרסים? אדער אויך צו פארשפרייטן די שיעורים און ניגונים, אדער אפשר פאר די טעלעפאן ליין וואו מ'קען הערן די שיעורים?


א גרויסן יישר כח, יחזקאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יחזקאל נרו יאיר.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מזכה זיין אידישע קינדער זיי זאלן אויך וויסן פונעם הייליגן רבינ'ס עצות.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות ברכת השחר, הלכה ה', אות לו): אויפן פסוק (תהלים קיט, קמב): "צִדְקָתְךָ צֶדֶק לְעוֹלָם, וְתוֹרָתְךָ אֱמֶת", וועלכע צדקה בלייבט אויף אייביג? ווען מען גיבט צדקה צו פארשפרייטן די לימודים פונעם צדיק וואס איז מגלה תורת אמת, ער ווייזט פאר אלעמען אז מען קען נאך צוריק קומען צום אייבערשטן – דאס בלייבט אויף אייביג.


דעריבער איז נישט דא קיין גרעסערע צדקה ווי צו געבן געלט פאר די ספרים; בפרט אין אונזער דור וואס מיר דארפן זייער וויכטיג האבן די ספרים, נאכדעם וואס מיר געפונען זיך אין א וועלט וואס איז אנגעפולט מיט כפירות און אפיקורסות, און מען קען זייער גרינג אנקומען צו עבירות. עס ווערן געדרוקט יעדע רגע אזויפיל עקלדיגע און אויסגעלאסענע מאגאזינען וכו' וואס דורך דעם ווערן אוועק געריסן אידישע קינדער פונעם אייבערשטן, און נאר די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן האבן א כח און ברענגען צוריק אזויפיל אידן צום אייבערשטן, אפילו פון די ווייטסטע פלעצער.


וואויל איז פאר דעם וואס גיבט זיין צדקה צו קענען דרוקן די ספרים, בפרט אז ער העלפט דרוקן די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן - וואס עס איז ארויס גענומען די תמצית פון רבינ'ס ספרים, כדי עס זאל זיין גרינג צו פארשטיין פאר אלע וואס זענען שוין ווייט פארקראכן - איז נישט דא קיין גרעסער'ס פון דעם.


פארבינד זיך מיט 'מוסדות היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג' און געב זיי איבער דיין נדבה; דאס וועט גיין פאר די ספרים, קונטרסים, גליונות און פאר אלע אופנים ווי אזוי מען קען נאר פארשפרייטן די ריינע אמונה פאר אידישע קינדער.


אין זכות וואס דו פארשפרייטס'ט די הייליגע דיבורים אויף די וועלט זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#9 - מ'רודפ'ט מיינע קינדער אין חדר און אין שולע, וואס קען איך טון?
חינוך הילדים, מוסדות, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, וואו איך האב ב"ה זייער שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב, איך לעב ב"ה א הערליך לעבן מיט מיין ווייב און קינדער, איך האב ב"ה קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען, איך האב ב"ה געראטענע קינדער און איך האב געטון הערליכע שידוכים מיט זיי. איך האב ב"ה ברייט פרנסה, און אלעס גייט מיר זייער גוט, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


לעצטנס האט זיך אבער געמאכט אן אינצידענט און דאס האט געברענגט אז די מענטשן אין מיין געגנט האבן מיר אנגעהויבן זייער שטארק צו רודפ'ן, דאס וואלט מיר נישט אזוי געשטערט, דער פראבלעם איז אבער אז ס'איז געגאנגען נאך ווייטער, אז מ'האט אויך אנגעהויבן צו רודפ'ן מיינע קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך, אין חדר און אין שולע.


די קינדער קומען אהיים ממש אויסגעלאשן, זיי דערציילן ווי מען רודפ'ט זיי און מען פייניגט זיי אויס, און דאס מאכט מיר געפערליכע צער. איך און מיין ווייב מאכן נאס דעם קושן יעדע נאכט.


ליידער איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, נישטא קיין הנהלה אדער רבנים וואס זאלן זיך צוהערן צו אונזער ווייטאג. וואס זענען שולדיג מיינע אומשולדיגע קינדער, אז מ'טשעפעט זיי אזויפיל און מ'געבט זיי צונעמען, און אזוי ווייטער.


ביטע האט רחמנות אויף מיין משפחה וואס גייט ממש צוגרינד, און געבט אונז אן עצה וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח, יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויין ווען איך ליין דיין בריוו.


איך בין דאס אריבער ווען איך האב געעפענט די ברסלב'ע ישיבה; פאר צען יאר צוריק האט מען דאס געטון מיט מיינע קינדער. מען האט זיי געטשעפעט און פארשעמט, מען איז זיי נאכגעלאפן אין די גאסן, די שכנים וכו' האבן זיי נאכגעשריגן מיט אלע מיאוס'ע ווערטער אויף זייער טאטע, דאס האט מיר זייער וויי געטון, נאך מער פון אלעס.


פרוביר צו רעדן צו די מלמדים און טיטשערס פון דיינע קינדער, פארצייל זיי וואס מען טוט מיט די קינדער, זיי וועלן אודאי אנזאגן די תלמידים אז מען טאר נישט וויי טון א צווייטן איד. אויב זיי וועלן זיך נישט וואוסענדיג מאכן, זיי וועלן זאגן אז עס איז א מצוה צו רודפ'ן דיינע קינדער זאלסטו ארויס נעמען דיינע קינדער פון אזא פלאץ; אויב א מלמד איז מחנך זיינע תלמידים מיט רשעות, צו טשעפען אנדערע קינדער, וועלן אלע קינדער ביים סוף ארויס גיין לתרבות רעה.


איך ווייס נישט וואו דו געהערסט, צו וואסערע חסידות וכו'; איך וויל דיר דערציילן אז דא איז דא א געגענט וכו' וואו מען האט פאר דרייסיג יאר צוריק מחנך געווען קינדער צו שפייען אויף קינדער וואס לערנען אין אן אנדערע מוסד, מען האט אויסגעלערנט די מיידלעך אז ווען זיי זעען א מיידל וואס גייט אין די אנדערע שולע זאל מען ציען אירע האר און שרייען מיאוס'ע ווערטער. רוב פון די קינדער זענען ארויס לתרבות רעה און די איבעריגע האבן נעבעך יענעם חיים טובים.


דערווייל לייג אריין אין זיי א שטארקייט אז זיי זאלן נישט ווערן צעפאלן און דערנידערט פון קיינעם; אויב איינער שלאגט זיי, זאלן זיי צוריק געבן מכות רצח, זיי זאלן נישט מורא האבן פון קיינעם. זאג זיי אן אז קיינער קען נישט קומען שרייען אויף זיי "נקמה", ווייל מען דארף אויסלערנען פאר די קינדער: "הבא להרגך השכם להרגו", דאס הייסט "סעלף דיפענס" וואס איז נישט נקמה, ווייל נקמה מיינט אז איינער האט מיר שלעכטס געטון טאר איך אים נישט צוריק טון קיין שלעכטס, אבער אז איינער וויל מיר שלאגן איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן.


עס איז נישט דא קיין שום היתר צו טשעפען קינדער וועגן די עלטערן; ווען דער הייליגער סאטמארער רב זכותו יגן עלינו האט געעפענט די חדר "תורה ויראה", האט ער געזאגט אז מען קען נישט קוקן אויף די עלטערן וכו', ער האט געהייסן אריין נעמען אין חדר און אין שולע ווער עס האט נאר געוואלט; ווען עלטערן זענען געקומען זיך אפרעדן אז עס זענען דא קינדער וואס זייערע עלטערן היטן נישט קיין שבת, און זיי ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן לערנען צוזאמען מיט זיי, האט דער רבי זי"ע געענטפערט: "אויב איר ווילט נעמט ארויס אייער קינד"... אזוי אויך האט מען זיך אפגערעדט אז עס זענען דא עלטערן וואס פארמאגן טעלעוויזשן אין שטוב, אויף די אלע טענות האט דער רבי געענטפערט: "מיט די צייט וועלן די קינדער משפיע זיין אויף די עלטערן זיי זאלן אויך תשובה טון"; ער האט בשום אין אופן נישט געלאזט מען זאל ארויס ווארפן א קינד וועגן די עלטערן.


דעריבער זאלסטו נאכאמאל פרובירן צו רעדן צו די מלמדים און טיטשערס, צום מנהל און מנהלת אז מען טוט וויי דיינע קינדער; אפשר איז עס נישט ממש ווי דו זאגסט, אפשר זוכן דיינע קינדער צו טשעפען מיט אנדערע, זיי מברר וואס גייט פאר, און אויב עס איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט, זאלסטו שוין ארויס נעמען דיינע קינדער פון אזא פלאץ וואס וועט סיי ווי צעפאלן.


די הנהלת המוסד איז געקומען אמאל צום הייליגן סאטמארער רבי זאגן אז עס איז נישט דא קיין געלט און די מוסד האלט זיך ביים פארמאכן, האט דער רבי זכותו יגן עלינו זיי געזאגט אזוי: "א מוסד מאכט זיך נישט צו אז מען האט נישט קיין געלט, א מוסד מאכט מאכט זיך צו פון מחלוקות"; קינדער טאר מען נישט אריין מישן אין קיין מחלוקת, קינדער וואס הערן רעדן אויף א צווייטע איד וועלן שפעטער אוועק גיין פון אידישקייט, מחלוקות איז נישט גוט פאר קיינעם, עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פאר קיינעם, ספעציעל פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז, און אונז שיקן דעם גואל צדק וואס זאל מאכן שלום צווישן אונז, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג): "הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא וגו' והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם", און חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (עדיות, ח): "אין אליהו בא לא לרחק ולא לקרב, אלא לעשות שלום בעולם", אליהו הנביא וועט קומען נאר צו מאכן שלום אויף די וועלט; אמן.

#8 - ווי אזוי האנדלט מען מיט א קינד וואס האלט נישט ביים פאלגן?
חינוך הילדים, מוסדות, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטער אז איך בין א מלמד אין היכל הקודש אין קרית ברסלב, היינט האב איך געהאט זייער א שיינע טאג אין חדר, אנהייב טאג איז נאך געווען שווער, יעצט סוף טאג איז געווען א מחי', ש'כח אייבערשטער.


ס'פילט זיך זייער געשמאק נאך א פילע טאג חדר, איך וואלט געקענט פארשווארצט ווערן, גיי ווייס וואו, און דא זיץ איך מיט קינדער און איך לייג אין זיי אריין יראת שמים, יישר כח פאר'ן מיר געבן די מתנה צו קענען זיין דא א מלמד.


איך האב א קינד אין קלאס וואס איך מוטשע זיך זייער מיט אים, ספעציעל זייט זיין מאמע האט געהאט א קינד, ווען ער איז געווען אביסל ביי א צווייטע משפחה, איז ער איז אהיימגעקומען אינגאנצן אנדערש, ווי שווער ער איז געווען ביז דעמאלט, איז ער יעצט געווארן נאך סאך שווערער, ממש גארנישט געפאלגט, אלעס וואס איך האב געהייסן האט ער געטון פארקערט, זיין טאטע האט מיך אויך געזאגט אז זייט ער איז אהיימגעקומען קען ער נישט האנדלען מיט אים.


די וואך האב איך געוויינט צום מנהל אז איך קען נישט מיט אים, ער מאכט מיך ארויסלויפן פון קלאס, איך קען נישט מער, דער מנהל האט מיר געגעבן אן עצה איך זאל אים מאכן פאר א גבאי; דער קינד קען זייער גוט די עברי זאל איך אים מאכן פאר דער חזן, ער זאל פארזאגן די עברי. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב אים געזעצט ביי מיין טיש און געמאכט פאר גבאי, ער האט פארגעזאגט די עברי, און נעכטן רופט מיך אן זיין טאטע און זאגט מיר אז ער ווייסט נישט וואס ס'איז געשען דא, ער איז אהיימגעקומען א נייע קינד, ער האט דערציילט אז ער איז גבאי אין חדר, ער האט שוין געפאלגט אלעס וואס מ'האט אים געהייסן אינדערהיים. ש'כח אייבערשטער אז מיר האבן אזא מנהל.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זייער אסאך גערעדט צו מלמדים, זיי געגעבן זייער אסאך חיזוק, זיי זאלן וויסן דאס חשיבות פון זיין א מלמד, און מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן פון דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען צו גיין א גאָס רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער, און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד. איך האב אין שטוב א פיש טאנק, און איך רעד אים צו, אז אויב ער וועט לערנען - וועל איך אים ווייזן די פישעלעך, ביז ער הויבט אן לערנען", דאס איז געווען זיין כח, דעריבער האט מען אים אויסגעהערט זיינע תפילות.


על כל פנים זעט מען פון די מעשה דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס איז משחד די קינדער ביז זיי לערנען און דאווענען, און אז דאס איז די וועג, דאס איז די בעסטע צוגאנג מיט קינדער, זיי גרויסן; זיי מאכן חשוב, און אזוי כאפן זייער הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע תלמידים, זאלסט אריינלייגן אין זיי א ליבשאפט און א טריישאפט צום אייבערשטן.

#7 - זאל איך נוצן פראטעקציע אריינצולייגן מיין טאכטער אין שולע?
סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף יעצט אריינשיקן מיין טאכטער אין שולע, איך האב שוין פרובירט ביי עטליכע מוסדות, אבער קיינער וויל מיר נישט אננעמען.


מיין שאלה איז אויב איך זאל בכלל פרובירן מיט פראטעקציע און אנדערע וועגן צו קענען איר אריינלייגן אין א מוסד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי! טו אלעס וואס דו קענסט נאר אז דיינע קינדער זאלן האבן גוטע ערליכע מוסדות.


קענסט נוצן אונזער פראטעקציע; דער רבי לערנט אונז די עצה פון תפילה והתבודדות, בעטן דעם אייבערשטן וואס מען וויל - דאס איז די בעסטע פראטעקציע, תפילה איז שטערקער פון אלעס. בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען געבן די בעסטע חינוך פאר דיינע קינדער, אויך זאלסטו בעטן פאר זיי; ווייל נאר תפילה איז די וועג פאר גוטע קינדער.


איך וויל דיך דערמאנען די מעשה וואס מוהרא"ש האט אונז דערציילט פון הייליגן חפץ חיים. אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, דער הייליגער חפץ חיים פרעגט אים: "מיט א ברכה ווילסטו האבן גוטע קינדער? עס גייט נישט אזוי, גוטע קינדער דארף מען בעטן אסאך דעם אייבערשטן", ער ווייזט פאר דעם איד זיין מאמע'ס תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און זאגט אים: "אזוי האט מען גוטע קינדער"; זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז דו זאלסט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן, תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6 - וואס טו איך אז דער מלמד מאכט חוזק פון מיין זון אז ער זאגט משניות?
חינוך הילדים, קינדער, תפילה והתבודדות, היכל הקודש, סיום, מוסדות, מלמדים, סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו פרעגן, וועל איך אנהויבן מיט די מעשה.


איך קום אהיים איין טאג, מיין ווייב זעט אויס אינגאנצן דערשראקן, און זי דערציילט מיר אז אונזער אינגל האט געזאגט אז ער וויל מער נישט מאכן זיינע סיומים משניות אין חדר, זי האט אים פרובירט אסאך אויסצופרעגן און פארשטיין וואס עס שטערט אים, ביז ער האט ענדליך דערציילט אז זיין מלמד טשעפעט אים כסדר וועגן די משניות, צום ביישפיל קען ער זאגן, "א קינד וואס זאגט משניות קען נישט דאווענען הויך?", אדער "ווייל דו זאגסט משניות, דארפסטו שוין נישט לערנען?", און דאס גלייכן נאך אסאך, און פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז ברבים אין פארנט פון אלע קינדער אין קלאס.


איך ציטער זייער וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער, אויב גייט עס ווייטער אזוי אן וועט דאס קינד שוין נישט וועלן מער אנקוקן דעם משניות, שוין אפגערעדט אז ער קען נאך באקומען שלעכטע קאשמארן פונעם משניות, חס ושלום. און בכלל אלע לימודים וואס מיר זענען זוכה צו באקומען פון הייליגן רבי'ן, פון מוהרא"ש, און פון ראש ישיבה, וועט נישט נעמען צו לאנג חס ושלום ביז ער וועט זיך אנהויבן שעמען מיט דעם.


פארשטייט זיך אז מיר זענען אים כסדר מחזק און מעודד, מיר זענען אבער זייער באזארגט ווי אזוי דאס וועט גייט ווייטער, ווי לאנג קען מען אזוי אנגיין? מיר ציטערן אז ער וועט זיך אנהויבן שעמען מיט אומאן, מיט הפצה, און אזוי ווייטער.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז אונזערע קינדער זאלן אויך זוכה זיין צו לעבן דעם זיסן לעבן וואס מיר באקומען פון הייליגן רבי'ן, אויפ'ן וועג פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה. וואס זאלן מיר טון? דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז ביטע ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריבער צום מלמד, רעד צו אים. הויב אן מיט גוטנס, זאג אים ווי צופרידן דו ביסט און ווי שטארק דיין זון האט ליב צו קומען אין חדר. פרעג אים צי ער איז צופרידן פון דיין זון, און אזוי זאלסטו אריינגיין אין א שמועס מיט אים; אז דיין זון האט א געפיל אין זאגן משניות, און אז ביי דיר אין שטוב איז דאס די וועג, אויב ער קען אים מחזק זיין און אים אויפהייבן, און חס ושלום נישט צעקלאפן.


פרעג אים אויב עס שטערט אים אז דיין זון זאגט משניות. זאג אים אז דיין זון קומט אהיים לעצטנס אז דער מלמד זאגט אים יעדעס מאל עפעס א טשעפע אויף משניות, בעט אים ער זאל מער נישט טשעפען. פרעג אים אויב ער וויל דערמאנען דיין זון צו לערנען, אויב ער קען דאס זאגן אן אוועק מאכן דאס זאגן משניות; אזוי וועט ער אויפהערן טשעפען דיין זון.


אויך זאלסטו מאכן די סיומים פון דיין קינד אין שטוב אדער מיט חברים תלמידי היכל הקודש, ווייל די וועלט האט נישט קיין השגה אינעם דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און נישט אלע מלמדים זענען מחנכים; עס זענען דא מלמדים וואס וועלן נאר אויסלויבן די קינדער אויב זיי טוען וואס זיי זאגן און וואס זיי האלטן וכו', אויב דער קינד וועט האבן א מנהג טוב פון שטוב וואס דער מלמד פירט זיך נישט - וועט ער דאס אוועקמאכן, דעריבער איז בעסער אז דו זאלסט אויסלויבן דיין קינד אין שטוב.


מן הסתם האסטו געזען וואס מיר טוען אין אומאן ערב ראש השנה, מיר נעמען אלע קינדער וואס האבן געלערנט און מען געבט זיי כבוד, מען געבט זיי די הרגשה אז אלע פאטשן, אלע קלאפן פאר זיי; אזוי באקומען זיי א חשק צו לערנען און מסיים זיין. איך טו דאס אין אומאן ווייל דארט קומען אלע אנשי שלומינו, אויך די וואס שיקן נישט די קינדער אין ברסלב, און די וואס וואוינען אין פלעצער וואו עס איז ביז דערווייל נאכנישט דא קיין מוסדות; כדי צו מחזק זיין אלע קינדער מיט'ן סדר דרך הלימוד.


בעט דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אלע דיינע דורות זאלן האבן א געפיל אין הייליגן רבי'ן און זיין ערליכע אידן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער; נאר תפילה און התבודדות איז די עצה פאר גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - זאלן מיר שיקן דוקא צו א מוסד וואו מען רעדט אויף אידיש?
חינוך הילדים, מוסדות, אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע שיעורים.


מיר וואוינען אין בני ברק, מיר ווילן זייער שטארק שיקן אונזער טאכטער צו א קינדערגארטן וואו מען רעדט אויף אידיש, אבער די קינדערגארטנס נעבן אונזער הויז איז נישט חסידיש און מען רעדט נישט אויף אידיש, אויב ווילן מיר שיקן צו א פלאץ וואו מען רעדט אידיש דארף מיר גיין א לענגערע וועג אהין, איז כדאי זיך אנצושטרענגען צו שיקן דוקא נאר דארט וואו מען רעדט אויף אידיש, אדער עס איז נישט אזוי וויכטיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז כדאי צו שיקן צו א מוסד וואו מען רעדט אידיש, אפילו עס איז נישט אזוי נאנט צום שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - לעבן א פאלשע לעבן, נאר צו קענען שיקן די קינדער אין מוסדות?
חינוך הילדים, קינדער, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין קינד דערנענטערט זיך יעצט צו די עלטער וואס זי דארף שוין אנהויבן גיין אין מוסדות, און מיר דארפן טרעפן פאר איר א גוטע מוסד.


ביי אונז אין שטאט איז נישטא קיין גרויסע אויסוואל, נאר דא צוויי מוסדות, איינס איז א בעסערע מוסד, ווי רוב פון מיין גאטונג שיקט דארט, אבער זיי וועלן זיך זייער שטארק וועמען אריינצונעמען. ווידער איז דא א צווייטע מוסד וואס נעמט יא אן כמעט יעדן איינעם, דאס מיינט אז דארט זענען דא גוטע ערליכע משפחות, אבער אויך משפחות וואס איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן זיך חבר'ן מיט זיי.


מיין שאלה איז אויב איך זאל זיך איבערשטרענגען מיט אלע כוחות אז מען זאל אננעמען מיין קינד אין די בעסערע מוסד, אדער ענדערש שיקן אין די אנדערע מוסד וואו מ'נעמט מיר גערן אן.


שיקן אין די בעסערע מוסד מיינט אויך אז זיי וועלן פארלאנגען אז איך און מיין ווייב זאלן טוישן געוויסע זאכן אין לעבן, זיך צושטעלן צו זייערע תקנות, צום ביישפיל צו האבן נאר א כשר'ע טעלעפאן, וואס איך האב סיי ווי לעצטנס באקומען, איך פארשטיי זייער גוט די תקנה, אבער עס גייט נאך ווייטער, עס מיינט זיי וועלן מיר אנהויבן נאכקוקן אויב איך גיי ארום מיט א הוט און רעקל, וואו איך דאווען, און אז מיין ווייב דארף האבן א קורצערע שייטל, און נאך.


איז דאס די ריכטיגע וועג אין לעבן? צו לעבן א פאלשע לעבן נאר אז מען זאל אננעמען מיינע קינדער אין מוסדות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי ב', כ"ו ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין צו די בעסערע מוסד, זיך בעטן ביי זיי און זיך אונטערנעמען אלעס וואס זיי פארלאנגען - אז זיי זאלן אננעמען דיינע קינדער; עס איז ניטאמאל קיין שאלה, עלטערן דארפן געבן פאר זייערע קינדער דאס בעסטע חינוך וואס איז נאר פארהאן, זיי געבן דאס שענסטע לעבן; אלעס אין דער וועלט דארפן עלטערן טון פאר זייערע קינדער.


בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן לעבן א פאלשע לעבן וכו'; איך וויל פארשטיין פארוואס דו רופסט דאס אן א פאלשע לעבן? עכטע לעבן איז נאר דער וואס לעבט מיט אייבערשטן, דער איד וואס גייט דאווענען שחרית, מנחה, מעריב - דער לעבט אן עכטע לעבן, דער איד וואס היט תורה און מצוות, ער היט שבת - דער לעבט אן עכטע לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יח): "צדיקים במיתתן קרויים חיים", צדיקים אפילו נאכן אוועקגיין פון די וועלט - לעבן זיי, און רשעים ווען זיי לעבן - זענען זיי אויך טויט; לעבן איז נאר תורה, תפילה און מעשים טובים, אנדערע זאכן - איז אלעס פאלש, און אז דו וועסט טון גוטע זאכן פאר דיינע קינדער איז דאס נישט געפאפט.


ווי אזוי מען גייט אנגעטון, אזוי אדער אזוי - דאס איז נישט לעבן; איינער וויל געפעלן די סארט מענטשן - גייט ער אזוי, א צווייטער וויל געפעלן אנדערע סארט מענטשן - גייט ער אזוי, דאס מיינט נישט עכט לעבן, נאר דער וואס טראכט פונעם אייבערשטן, ער טוט זיך אן פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן - דער לעבט עכט. און אויך דער וואס טוט אנדערש ווי זיין ווילן כדי זיינע קינדער זאלן באקומען א גוטע חינוך - דאס איז עכט, די עכטע לעבן איז טון דאס בעסטע פאר די קינדער.


געב פאר דיינע קינדער דאס בעסטע און שענסטע, און אז מען וויל דיר נישט אננעמען אין די בעסערע מוסד - זאלסטו גיין צו די אנדערע מוסד, און דארט זאלסטו אויך כשר'ן דיין טעלעפאן, און דיין ווייב זאל גיין מער איידל; מאך יענע מוסד פאר די בעסערע מוסד.


בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער; עלטערן דארפן אזויפיל בעטן פאר זייערע דורות זיי זאלן זיין ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן ווען מיינע קינדער לערנען נישט אין ברסלב?
חינוך הילדים, קינדער, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהאט געשריבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א איבער מיינע קינדער וואס מ'מאכט זיי פאר פראבלעמען אין די מוסדות כדי צו מאכן געלט אויף זיי, איך וויל זייער שטארק זיי אריינשיקן אין די ברסלב'ע מוסדות, אבער דערווייל וויל מיין ווייב נישט הערן דערפון.


איך פאלג וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן נישט זיך צו קריגן מיר איר, איך זאל נישט רעדן פון דעם, וואס קען איך אבער טון? מיין הארץ גייט מיר אויס פאר מיינע קינדער, איך וויל אזוי שטארק זיי זאלן לערנען אין בית פיגא.


איך האב געזאגט פאר מיינע טעכטער ביי די סעודה אז שבת איז די בעסטע טאג פון די וואך, האבן זיי געזאגט אז אויך זונטאג איז די שענסטע טאג פון די וואך, ווייל זונטאג איז אויך נישט דא קיין סקול.


איך בעט דער ראש ישיבה זאל נישט זיין ברוגז אויף מיר, אבער איך האלט עס נישט אויס, איך וויל מיינע טעכטער זאלן האבן די זיסע לעבן וואס מען באקומט ביים רבי'ן, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט דוחק את השעה; די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה - הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ", מען זאל זיך נישט עקשנ'ען אז עס מוז יעצט זיין אזוי און אזוי; דו ביסט גערעכט מיט דעם וואס דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן באקומען די לימודים אזוי ווי דו לעבסט, דו ווילסט זיי זאלן אויך לעבן פיר און צוואנציג שעה מיט'ן אייבערשטן, זיי זאלן לעבן מיט דאנקען דעם אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן; אבער אז דיין ווייב עקשנ'ט זיך, זי וויל נישט הערן פון גארנישט - זאלסטו האבן שכל נישט צו רעדן פון דעם.


דו וואוינסט דאך סמוך ונראה צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו פון סאטמער, גיי ארויף יעדן טאג דארט צום ציון און בעט פאר דיר, פאר דיינע דורות און פאר אלע אידן, ביי א ציון פון א צדיק קען מען פועל'ן גרויסע ישועות. דערצייל אלעס וואס גייט אריבער מיט דיינע קינדער, ווי שטארק דו ווילסט זיי זאלן באקומען א הייליגע חינוך, אן ערליכן חינוך; בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, און אלע דורות זאלן זיין ערליך.


דיין ווייב זאלסטו נאר אויפבויען; געב איר גוטע ווערטער, א ווייב דארף מען געבן אסאך גוטע ווערטער. אז דו האסט נישט קיין געלט - זאלסטו איר בארואיגן, זאג איר: "נאך אביסל גייט זיין גרויס שפע, איך וועל דיר אלעס געבן וואס דו ווילסט"; מיט דעם וועסטו אריינברענגען די שכינה הקדושה אין שטוב, עס וועט זיין אלע ברכות ביי דיר אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מ'נעמט נישט אן מיינע קינדער ווייל איך בין א ברסלב'ער, וואס טו איך?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אז איידער מ'ציעט זיך אריבער צו א צווייטע שטאט, דארף מען די ערשטע זאך זען צו האבן דארט מוסדות פאר די קינדער.


איך פלאן יעצט זיך אריבערצוציען צו ..., איך האב פרובירט איינצושרייבן די קינדער ביי די מוסדות דארט, אבער זיי ווילן בשום אופן נישט אננעמען מיינע קינדער, זיי זאגן מיר קלאר און אפן אז זיי ווילן נישט ארייננעמען קיין ברסלב'ע.


דער מנהל האט מיר געזאגט איך זאל עס נישט נעמען פערזענליך, ווייל ער האט באקומען די באפעל פונעם ארטיגן אדמו"ר אז מ'זאל נישט אננעמען קיין ברסלב'ע. האב איך אים דערציילט די מעשה איבער א איד וואס איז ארויפגעקומען צום בית דין של מעלה און גע'טענה'ט אז ער איז א איד און ער דארף באקומען שכר, האט מען אים געפרעגט מיט וואס ער איז געווען א איד, ער האט דאך ליידער נישט געהיטן קיין שבת, און נישט געטון קיין שום מצוות, האט ער צוריק געזאגט, "סטאלין ימח שמו האט דאך גע'הרג'ט פילע אידן, און ער האט מיר געזאגט אז איך בין אויך א איד און דערפאר האט ער מיר גע'הרג'ט, קומט אויס אז איך בין יא א איד". האב איך געזאגט פאר דעם מנהל אז ווען איך וועל ארויפקומען אין הימל און זאגן אז איך בין ברסלב'ער, און מ'וועט מיר נישט גלויבן ווייל איך האב נישט געטון אלעס וואס דער רבי האט געהייסן, וועל איך זאגן אז מ'האט נישט אנגענומען מיינע קינדער אין מוסדות ווייל איך בין א ברסלב'ער.


די שאלה איז ווי אזוי איך גיי דא ווייטער, זאל איך אליין אריינגיין צום אדמו"ר און זיך בעטן ביי אים מ'זאל אננעמען מיינע קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שווער צו טראכטן אז דו וועסט קענען פועל'ן ביי דעם אדמו"ר מען זאל אננעמען דיינע קינדער, דו קענסט פרובירן.


איך טראכט אן אנדערע עצה, אפשר איז צייט דו זאלסט עפענען א מוסד וואו מען וועט אננעמען אלע קינדער; וואס מיינסטו, ווי אזוי האבן מיר געעפנט מוסדות אין אמעריקע - א ברסלב'ער חדר, א ברסלב'ער סקול? היינט האבן מיר שוין אין דריי שטעט מוסדות, ווי אזוי האבן מיר דאס געעפנט? נאר צוליב אזא מעשה וואס דו האסט, מען האט ארויסגעווארפן מיינע אינגלעך פון די מוסד וואו זיי האבן געלערנט, האבן מיר געעפנט א חדר, צוויי יאר שפעטער האט מען ארויסגעווארפן מיידלעך פון זייער סקול ווייל זיי האבן ברידערס וואס לערנען ביי אונז אין ישיבה, האט מוהרא"ש געזאגט עס איז געקומען די צייט צו עפענען א סקול (דער בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו); מיר האבן געעפנט די חדר מיט געציילטע קינדער, אויך די סקול האבן מיר געעפנט מיט געציילטע קינדער, היינט איז דא הונדערטער קינדער כן ירבו.


צו עפענען מוסדות דארף מען נישט קיין געלט, מען דארף נישט גארנישט, מען דארף נאר א שטארקע ווילן, ערליכע מלמדים און ערליכע טיטשערס. מען דארף נישט קיין חכמים און נבונים, מיר פירן די מוסד אן קיין חכמים ונבונים, מיר גייען נישט מיט די נייע וועגן וואס כאפט זיך אריין פון די פעלקער, מיר גייען נאך די פריערדיגע צדיקים, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (שיר השירים א, ח): "אִם לֹא תֵדְעִי לָךְ הַיָּפָה בַּנָּשִׁים צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן", גיי נאך די פריערדיגע דורות, "וּרְעִי אֶת גְּדִיֹּתַיִךְ עַל מִשְׁכְּנוֹת הָרֹעִים", פאשע די שאף אזוי ווי זיי האבן געפאשעט, מאך נישט קיין נייע זאכן.


מוהרא"ש שרייבט מיר אין די בריוו: "איך זע א רמז פון הימל אז מיר דארפן עפענען פאר די מיידלעך"; טראכט איבער, אפשר איז דאס א רמז פאר אונז אז מיר זאלן עפענען אייגענע מוסדות, מיר וועלן קענען מחנך זיין די קינדער אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


[דער בריוו צו וועלכע די אויבנדערמאנטע בריוו באציט זיך:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ב' לְסֵדֶר נֹחַ, כ"ו תִּשְׁרֵי ה'תשע"ב.


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ הַיָקָר לִי מְאֹד ... נֵרוֹ יָאִיר


אַזוֹי וִוי עֶס אִיז גֶעקוּמֶען צוּ מִיר הַיינְט צְוֵויי עֶלְטֶערְן וָואס זֵיי הָאבְּן טֶעכְטֶער אוּן קֵיינֶער וִויל זֵיי נִישְׁט אַרַיינְנֶעמֶען לֶערְנֶען אִין זֵייעֶר סְקוּל, וַוייל זֵיי זָאגְן זֵייעֶרֶע אִינְגְלֶעךְ לֶערְנֶען אִין אוּנְזֶער תַּלְמוּד תּוֹרָה, זֶע אִיךְ אַ רֶמֶז פוּן הִימְל אַז מֶען דַארְף אוֹיפְמַאכְן אַ מֵיידְל שׁוּלֶע, הֵן אֱמֶת סְ'אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער צוּ הַאלְטְן אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה מִיט אַ גַאנְצֶע סְטֶעף מְלַמְדִים, אָבֶּער אַזוֹי וִוי עֶטְץ הָאטְס גֶעהַאט נִיסִים וְנִפְלָאוֹת אַ גַאנְץ יָאר, הַאלְט אִיךְ זִיכֶער וֶועט אִיר מִיט דִי מֵיידְל שׁוּלֶע אוֹיכֶעט הָאבְּן נִיסִים וְנִפְלָאוֹת.


מֶען דַארְף בַּיים אָנְפַאנְג נִישְׁט נֶעמֶען קַיין מְנַהֶלֶת וְכוּ', נָאר אֵיין אָדֶער צְוֵויי פְרוֹיעֶן וָואס זֵיי זָאלְן זַיין דִי לֶערֶערִינְ'ס, מֶען בַּאצָאלְט זֵיי אַרוּם דְרֵיי הוּנְדֶערְט פוּפְצִיג דָאלֶער אַ וָואךְ, אוּן זֵיי וֶועלְן לֶערְנֶען מִיט דִי פָּאר מֵיידְלֶעךְ הֲלָכוֹת, אוּן שְׁרַייבְּן, אוּן רֶעכֶענֶען, אוּן שְׁפְּרַאךְ, וְכוּ', וְכוּ', אוּן אַזוֹי וֶועט זִיךְ אָנְהֵייבְּן דִי מֵיידְל שׁוּלֶע.


עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער סַאטְמַאר רָב זי"ע, בַּעַל "דִבְרֵי יוֹאֵל", הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן זַיין מֵיידְל שׁוּלֶע "בֵּית רָחֵל" מִיט צְוֵויי תַּלְמִידוֹת, אוּן עֶס אִיז צוּאוַואקְסְן גֶעוָוארְן אַ גַאנְצֶע אִימְפֶּערִיֶע, קָרוֹב צוּ צֶען טוֹיזְנְט מֵיידְלֶעךְ כֵּן יִרְבּוּ, דָאס אִיז מְקוּבָּל פוּן צַדִיקִים אַז יֶעדֶע זַאךְ וָואס מֶען טוּט מִיט מְסִירוּת נֶפֶשׁ אוּן מִיט אֱמֶת, הָאט הַצְלָחָה, אָבֶּער אוֹיבּ אֵיינֶער הָאט אִינְזִינֶען זִיךְ וְכוּ', יֵשׁוּת וְכוּ', פִּרְסוּם וְכוּ', אִיז צוּם סוֹף פַאלְט דָאס אַוֶועק אוּן סְ'וֶוערְט בָּטוּל וּמְבוּטָל כְּעַפְרָא דְאַרְעָא, אִיבֶּערְדֶעם וַוייל קַיין שׁוּם מוֹסָד וִויל נִישְׁט אַרַיינְנֶעמֶען אוּנְזֶערֶע טֶעכְטֶער, וַוייל זֵייעֶרֶע זִין לֶערְנֶען אִין אוּנְזֶער תַּלְמוּד תּוֹרָה, זֶע אִיךְ נִישְׁט קַיין אַנְדֶערֶע עֵצָה, נָאר אוֹיפְמַאכְן אַ מֵיידְל שׁוּלֶע, מֶען דַארְף אָנְהֵייבְּן מִיט קְלֵיינֶעם, נִישְׁט מִיט קַיין גְרוֹיסְן סְטֶעף, וֶועט מֶען הָאבְּן גְרוֹיס הַצְלָחָה.


אִיךְ בֶּעט דִיךְ זֵייעֶר דוּ זָאלְסְט זִיךְ זֶען מְבַטֵל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן זָאלְסְט גוּט גֶעדֶענְקֶען, כָּל זְמַן מֶען הָאט זִיךְ אִינְזִינֶען וְכוּ' וֶוערְט לֶעכֶער פוּן אַלֶע זַייטְן וְכוּ', אוּן עֶס רִינֶען אַרוֹיס דִי הַשְׁפָּעוֹת וְכוּ', אוּן מֶען וֶוערְט פַארְפְּלָאנְטֶערְט אִין אַלֶע עֶרְלֵיי פַארְפְּלָאנְטֶערְנִישְׁן, אָבֶּער וֶוען אַ אִיד אִיז זוֹכֶה אוּן עֶר אִיז זִיךְ אִינְגַאנְצְן מְבַטֵל צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן עֶר וִויל גָארְנִישְׁט נָאר טוּן דֶעם רָצוֹן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, דֶער הָאט נִישְׁט קַיין מוֹרָא פוּן קַיין מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט, אוּן דָאס קֶען זַיין דִי כַּוָנָה וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין דִי וָואכֶעדִיגֶע סֶדְרָה (בְּרֵאשִׁית ו', ט') "אֶת הָאֶלֹקִים הִתְהַלֶךְ נֹחַ" נֹחַ אִיז גֶעגַאנְגֶען נָאר מִיטְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אִיבֶּערְדֶעם הָאט עֶר נִישְׁט מוֹרָא גֶעהַאט פוּן קֵיינֶעם נִישְׁט.


עֶס הָאט מִיר דֶערְצֵיילְט, פַאר אִיבֶּער פוּפְצִיג יָאר צוּרִיק, אַ בָּחוּר וָואס עֶר אִיז גֶעוֶוען אֵיינְמָאל אִין מִירוֹן בַּיים תַּנָא רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי, אוּן דֶעמָאלְט אִיז נָאךְ גֶעוֶוען דָארְטְן אַ וִויסְטֶענִישׁ, עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ וִוינְטֶער נַאכְט, אוּן קַיין נֶפֶשׁ חַיָה אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען בַּיים צִיוּן, נָאר דֶער גְרוֹיסֶער צַדִיק רַבִּי שְׁמוּאֵל הוֹרְוִויץ זי"ע וָואס עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ וואוּנְדֶערְלִיכֶער מֶענְטְשׁ, נָאכְדֶעם וָואס עֶר הָאט אוֹיסְגֶעזָאגְט גַאנְץ תְּהִלִים בַּיים צִיוּן פוּן רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי הָאט עֶר זִיךְ גֶעוָואנְדֶען צוּ דֶעם בָּחוּר, "קוּם מִיט מִיר אַרוֹיס צְוִוישְׁן דִי בֶּערְג זִיךְ מִתְבּוֹדֵד זַיין", אוּן דֶער בָּחוּר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן אַרוֹיסְצוּגֵיין מִיט אִים, עֶס אִיז גֶעוֶוען שְׁטָאק פִינְסְטֶער, אוּן וִוי זֵיי הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן אַרָאפְּצוּגֵיין צוּ דִי זַייט פוּן דִי מְעָרָה שֶׁל הִלֵל, הָאט דֶער בָּחוּר זִיךְ אָנְגֶערוּפְן אוּן עֶר הָאט גֶעזָאגְט, "רַבִּי שְׁמוּאֵל, אִיךְ הָאבּ מוֹרָא וַוייטֶער מַמְשִׁיךְ צוּ זַיין", (וַוייל עֶס אִיז גֶעוֶוען אַזוֹי פִינְסְטֶער הָאט עֶר מִיךְ דֶערְצֵיילְט, אַז אֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעזֶען דֶעם אַנְדֶערְן, אוּן עֶר הָאט פָּשׁוּט גֶעצִיטֶערְט) הָאט אִים רַבִּי שְׁמוּאֵל גֶעעֶנְטְפֶערְט מִיט דִי וֶוערְטֶער, "מֶען דַארְף זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּערְגֶעבְּן פַארְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים דֶעמָאלְט הָאט מֶען פוּן גָארְנִישְׁט קַיין מוֹרָא" (אָבֶּער דֶער בָּחוּר הָאט מִיךְ דֶערְצֵיילְט אַז עֶס הָאט אִים אָנְגֶעכַאפְּט אַזַא מִין שְׁרֶעק אַז עֶר אִיז צוּרִיק גֶעלָאפְן צוּם צִיוּן פוּן רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי, אוּן עֶר אִיז דָארְטְן גֶעבְּלִיבְּן אַ גַאנְצֶע נַאכְט אוּן גֶעצִיטֶערְט וְכוּ' וְכוּ',) אוּן רַבִּי שְׁמוּאֵל אִיז זִיךְ אַרָאפְּגֶעגַאנְגֶען צוּם טָאל וְכוּ', אָן קַיין שׁוּם פַּחַד, אוּן פַארְטָאגְס אִיז עֶר צוּרִיקְגֶעקוּמֶען, אוּן עֶר הָאט אִים אוֹיסְגֶע'מוּסָרְ'ט "וִוי קֶען אַ מֶענְטְשׁ מוֹרָא הָאבְּן פוּן חַיוֹת רָעוֹת וְכוּ', אוֹיבּ עֶר אִיז צוּגֶעקְלֶעבְּט צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים"?


זֶעט מֶען פוּן דֶעם אַז אוֹיבּ אַ מֶענְטְשׁ גֶעוואוֹינְט זִיךְ צוּ, אוּן עֶר טְרַאכְט נָאר פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן נִישְׁט פוּן זִיךְ, דֶעם קֶען קֵיינֶער גָארְנִישְׁט טוּן, אֲפִילוּ אַלֶע חַיוֹת רָעוֹת וָואס זֶענֶען בִּדְמוּת בְּנֵי אָדָם זֶענֶען אִים מְבַזֶה מְחַרֵף וּמְגַדֵף מַאכְט דָאס נִישְׁט אוֹיף אִים אַ רוֹשֶׁם.


אַז וואוֹיל אִיז דֶעם מֶענְטְשׁ וָואס גֶעוואוֹינְט זִיךְ צוּ, צוּ רֶעדְן שְׁטֶענְדִיג צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, בִּיז עֶר וֶוערְט נִכְלָל אִין מְחוּיָב הַמְצִיאוּת, אַזוֹי וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעלֶערְנְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק א', סִימָן נ"ב), דֶעם אִינְטֶערֶעסִירְט שׁוֹין גָארְנִישְׁט, נִישְׁט קַיין גֶעלְט, נִישְׁט קַיין כָּבוֹד, נִישְׁט קַיין פִּרְסוּם, וְכוּ', וְכוּ', עֶר וִויל נָאר מְגַלֶה זַיין דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן עֶר שַׁיינְט אַרַיין אִין דִי מֶענְטְשְׁן וָואס זֵיי הֶערְן אִים צוּ, נָאר אֱמוּנָה אִין דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן לִימוּד הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה, בִּפְרַט מִקְרָא מִשְׁנָה גְמָרָא, וָוארוּם דָאס אִיז דֶער גְרֶעסְטֶער עֲשִׁירוּת פוּן אַ אִיד, וֶוען עֶר אִיז זוֹכֶה דָאס צוּ לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (שַׁבָּת ק"כ.) "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה", שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד.


אַ אִיד הָאט אַמָאל גֶעפְרֶעגְט דֶעם הֵיילִיגְן סַאטְמַאר רָב זי"ע, בַּעַל "דִבְרֵי יוֹאֵל", וָואס הֵייסְט אַ רֶבִּי? אוּן וָואס הֵייסְט אַ חָסִיד? הָאט עֶר אִים גֶעעֶנְטְפֶערְט, אַ רֶבִּי אִיז דֶער וָואס עֶר לֶערְנְט גְמָרָא אוּן בְּרֶענְגְט אַרַיין אִין זַיינֶע תַּלְמִידִים זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען גְמָרָא, אוּן אַ חָסִיד אִיז דֶער וָואס אִיז זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ מְקַיֵים צוּ זַיין יֶעדְן סָעִיף פוּן שׁוּלְחָן עָרוּךְ.


אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק, דוּ זָאלְסְט נָאר רֶעדְן מִיט דִי בָּחוּרִים דִיבּוּרֵי אֱמוּנָה אוּן הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, עֶס זָאל זַיין שֵׁם שָׁמַיִם שָׁגוּר בְּפִיהֶם, וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן מ"ד) אַז דָאס וָואס מֶען רֶעדְט אֱמוּנָה, דָאס אִיז אַלֵיין אֱמוּנָה, אוּן דָאס בְּרֶענְגְט צוּ אֱמוּנָה, וִוידֶערְאוּם זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת אֱמוּנָה, סִימָן ל"ג) עַל יְדֵי אֱמוּנָה, יִסְלַח לְךָ הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל כָּל עַווֹנוֹתֶיךָ; אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז שְׁטַארְק אִין אֱמוּנָה, אוּן רֶעדְט פוּן אֱמוּנָה, אִיז אִים דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים מוֹחֵל אוֹיף אַלֶע עַווֹנוֹת.


מֶען דַארְף אַסַאךְ רֶעדְן מִיט דִי בָּחוּרִים זֵיי זָאלְן אַכְטוּנְג גֶעבְּן נִישְׁט רֶעדְן נִיבוּל פֶּה, וָוארוּם דִי חֲזַ"ל זָאגְן (שַׁבָּת ל"ג.) בַּעֲוֹן נַבְלוּת פֶּה צָרוֹת רַבּוֹת וּגְזֵירוֹת קָשׁוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת וּבַּחוּרֵי שׂוֹנְאֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, יְתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעַקִין וְאֵינָן נֶעֱנִין; אוּן אַזוֹי זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת נִיבוּל פֶּה, סִימָן ד') הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילוּ חוֹתְמִים עָלָיו גְזַר דִין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִים עָלָיו לְרָעָה, גַם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנוֹם, גַם לְהַשׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק; וָוארוּם לֵיידֶער הַיינְט רֶעדְן דִי בְּנֵי הַנְעוּרִים גֶעמֵיינֶע נִיבוּל פֶּה וְכוּ', אוּן עֶס אִיז בַּאוואוּסְט דֶעם מַאֲמַר הַחָכָם "הַלָשׁוֹן הוּא קוּלְמוֹס הַלֵב", וָואס אַ מֶענְטְשׁ טְרַאכְט, דָאס רֶעדְט עֶר, אוּן אַזוֹי זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת נִיבוּל פֶּה, סִימָן א') מִי שֶׁמְדַבֵּר נִיבוּל פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן.


דוּ זָאלְסְט נִישְׁט אוֹיפְהֶערְן אַרַיינְצוּפְּרֶעגְלֶען אִין דִי בָּחוּרִים זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען מִיט גְרוֹיס הַתְמָדָה מִשְׁנַיוֹת כְּסִדְרָן, אֲפִילוּ זֵיי פַארְשְׁטֵייעֶן גָארְנִישְׁט, נָאר זָאגְן, וַוייל דוּרְךְ לִימוּד אוּן זָאגְן מִשְׁנַיוֹת, וֶוערְט דִי נְשָׁמָה אוֹיסְגֶערֵיינִיגְט פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס, אוּן אַזוֹי אוֹיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען זִיךְ זָאגְן אַסַאךְ דַפִין גְמָרָא כְּסִדְרָן דַיְקָא, בִּיז מֶען עֶנְדִיגְט גַאנְץ שַׁ"ס, אוֹיסֶערְדֶעם וָואס מֶען נֶעמְט אַ מְסֶכְתָּא אוֹיף זִיךְ אוּן מֶען חַזְרְ'ט דָאס אִיבֶּער הוּנְדֶערְט אוּן אֵיין מָאל, וָואס דָאס בְּלַייבְּט נָאכְדֶעם אִין קָאפּ.


אַזוֹי וִוי אִיךְ פָאר אַוֶועק דֶעם דִינְסְטָאג אוֹיף אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, אוּן אִיךְ וֶועל דָא נִישְׁט זַיין לְכָל הַפָּחוֹת דְרֵיי שַׁבָּתִים וְכוּ', אוּן אֶפְשָׁר מֶער וְכוּ', זָאלְסְטוּ מִיר בְּלַייבְּן גֶעזוּנְט, אוּן דוּ זָאלְסְט זַיין זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ, אוּן עֶס זָאל נִתְרַבֶּה וֶוערְן גְבוּלְךָ בַּתַּלְמִידִים.


הַמְאַחֵל לְךָ בְּרָכָה וְהַצְלָחָה מִן הַשָׁמַיִם].

#1 - וואס טו איך אז מיין ווייב רעדט נישט קיין אידיש?
שלום בית, אידישע שטוב, מוסדות, שפראך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען חתונה צו האבן, מיר האבן ברוך ה' א גוטע שלום בית, אבער מיין ווייב רעדט נאר לשון הקודש, זי פארשטייט נישט קיין אידיש, און איך בין יא אויפגעוואקסן רעדנדיג אידש. איך קען רעדן לשון הקודש, אבער ס'איז מיר שווער צו טראכטן אז אין אונזער הויז וועט מען נישט רעדן קיין אידיש, דאס איז דאך די חסידישע און ערליכע שפראך וואס ערליכע אידן רעדן.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה, ווייל ס'שטערט מיר זייער שטארק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר, וואס האסטו געטראכט ווען מען האט גערעדט מיט דיר דעם שידוך? וואס איז יעצט פלוצלונג געשען? האסט דאס דאך געוויסט פאראויס.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט מיט אן ערליכע פרוי, א יראת שמים; אז דו וועסט זיך נישט קריגן וועסטו האבן ערליכע געזונטע קינדער.


אז דו ווילסט דיינע קינדער זאלן רעדן אידיש זאלסטו זיי שיקן אין א מוסד וואו מען רעדט אידיש; קינדער כאפן אויף א שפראך סיי אין שטוב און סיי אין חדר.


זיי נישט קיין כפוי טובה; אז דו האסט באקומען אן אשת חיל זאלסטו איר שעצן און איר מכבד זיין, נישט חס ושלום אראפקוקן. דער עיקר איז וואס מען רעדט; אז מען רעדט הייליגע ווערטער איז דער שפראך לשון הקודש און אז מען רעדט נישט איידל איז דאס נישט קיין הייליגע שפראך; אידיש איז הייליג אז מען רעדט ריינע ווערטער, אז מען רעדט דיבורי תורה, דיבורי אמונה, ווידער אז מען רעדט ווי די אידישיסטן רעדן - איז דאס בכלל נישט הייליג, און אזוי איז מיט אלע שפראכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.