תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך שעם זיך זייער, אבער איך מוז שרייבן.
דער ראש ישיבה זאגט אסאך מאל ביי די שיעורים, "ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר אפגעהיטן אין מיינע בחור'ישע יארן פון שלעכטע זאכן", וואס זאל איך אבער טון? איך קען דאס נישט זאגן.
דער ראש ישיבה זאגט, "יעדער בר מצוה בחור טראכט 'איך גיי זיין א צדיק, איך הייב אן פון יעצט דינען דעם אייבערשטן", איך האב דאס אבער נישט געטראכט, איך האב געטראכט אנדערע זאכן ביי מיין בר מצוה. איך האב געטראכט 'איך ווער שוין א גרויסע בחור, איך גיי שוין זיין מעכטיג', איך האב נישט געטראכט איך גיי זיין א צדיק.
אלע יארן ווען איך האב געזען ווי א בחור האט א טעלעפאן, האב איך אלץ מקנא געווען, אלץ געוואלט אריינקוקן און זען די אינטערעסאנטע זאכן וואס ער זעט, ביז איך בין אליין אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן.
מיין מאמע האט א סמארטפאון, פארשטייט זיך אז זי לאזט נישט די קינדער דאס אנרירן, און עד היום ווייסט זי נישט ווען איך האב געקוקט און וואס איך האב געקוקט אויף איר טעלעפאן, רחמנא ליצלן.
אלץ ווען איך האב נאר געהאט א וועג צו קוקן עפעס וואס מען טאר נישט, בין איך געלאפן.
ברוך ה' איך האב חתונה געהאט, אבער מיין קאפ שטייט מיר ווייט פון גראד. איך האב נאכנישט פארגעסן פון די אלע שלעכטע זאכן, און ווען עס קומט מיר אונטער עפעס א געלעגנהייט לויף איך קוקן, אפילו איך ווייס אז דער אייבערשטער לאזט נישט, אפילו איך ווייס אז עס איז נישט גוט פאר מיר, אבער איך בין שוין אזוי אריינגעטון אין דעם אז מיין קאפ טראכט נאר פון טומאה, וואס קען איך טון?
איז דא אויך פאר מיר א וועג איך זאל אויסמעקן פון מיין קאפ אלע אלטע שמוץ און אנהייבן א נייע לעבן, טראכטן פונעם אייבערשטן און ווערן אן ערליכער איד? איך האב נישט קיין כח צו פאלן און פאלן, אין די צייט ווען איך זע אויס ווי א חסידישער, א פרומער, און א תלמיד חכם. איך שעם זיך פון מיך אליין אבער נאך מער דארף איך זיך שעמען נישט צו בעטן הילף. אסאך מאל טראכט איך ווען מענטשן זאל ווען וויסן וואס איך טו און וואס איך קוק וואלט קיינער נישט גערעדט מיט מיר. וואס זאל איך טון? איך דארף אן עצה, איך בין אזוי צעבראכן און פארשעמט. איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויסן זאלסטו, ווען א מענטש האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים, ער שעמט זיך זייער פונעם אייבערשטן מיט וואס ער האט געטון און ער טוט תשובה, ער נעמט זיך פאר אז ער גייט מער נישט טון די זאכן - איז דער אייבערשטער אים מוחל און ער איז זוכה צו קומען צו די העכסטע דרגא, העכער ווי אלע צדיקים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", בעלי תשובה קומען אן אין א העכערע פלאץ וואו צדיקים קענען זיין; ווייל זיי זענען שוין געווען פארכאפט ביי די נישט גוטע און זיי האבן זיך פון דארט ארויסגעריסן און צוריק געקומען צום אייבערשטן.
מען קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי גרויס תשובה איז; די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב, ה): "אֲפִילוּ עוֹמֵד אָדָם וְעוֹשֶׂה גְדִישִׁין שֶׁל עֲבֵירוֹת", אפילו א מענטש האט געטון בערג פון עבירות, "אוֹמֵר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, יַעֲשֶׂה אָדָם תְּשׁוּבָה וַאֲנִי מוֹחֵל לוֹ", זאגט דער אייבערשטער ער זאל תשובה טון און איך וועל אים מוחל זיין, נאך זאגן די הייליגע חכמים (ילקוט הושע, תקלב): "בְּנֹהַג שֶׁבָּעוֹלָם, אָדָם הַמְבַזֶּה אֶת חֲבֵרוֹ בָּרַבִּים", ווען א מענטש פארשעמט איינעם ברבים, "וּלְאַחַר זְמַן מְבַקֵּשׁ לְרַצּוֹת אוֹתוֹ", נאך א שטיק צייט וויל ער יענעם איבערבעטן, "הוּא אוֹמֵר", ווען ער בעט יענעם איבער, זאגט דער וואס איז פארשעמט געווארן: "אַתָּה מְבַזֶּה לִי בָּרַבִּים וּמִתְרַצֶּה לִי בֵּינִי לְבֵינְךָ", דו האסט מיר פארשעמט ברבים און יעצט בעטסטו מיר איבער פריוואט?! "לֵךְ וְהָבֵא אוֹתָם אֲנָשִׁים שֶׁבִּזִּיתַנִי בִּפְנֵיהֶם", ברענג די מענטשן וואס האבן געהערט ווי דו האסט מיר פארשעמט, "וַאֲנִי מִתְרַצֶּה לָךְ", נאר אזוי וועל איך דיר מוחל זיין, "אֲבָל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֵינוֹ כֵּן", אבער דער אייבערשטער איז נישט אזוי, "אֶלָּא אָדָם עוֹמֵד וּמְחָרֵף וּמְגַדֵּף בַּשׁוּק", א מענטש וואס האט געלעסטערט דעם אייבערשטן אין גאס, אלע האבן געהערט ווי ער רעדט קעגן דעם אייבערשטן, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹמֵר לוֹ", זאגט דער אייבערשטער: "עֲשֵׂה תְּשׁוּבָה בֵּינִי לְבֵינְךָ וַאֲנִי מְקַבֶּלְךָ", בעט מיר איבער, אפילו פריוואט, און איך וועל דיר מוחל זיין.
זיי נישט מיואש, הייב אן פונדאסניי; אפילו דו ביסט שוין אראפגעפאלן אזויפיל מאל, דיין מח איז דיר פארדריידט, דיין קאפ טראכט נאר פון עבירות רחמנא לצלן און דו האלסט אין איין פאלן; הייב אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, דו קענסט נאך זיין א גרויסער צדיק. אז דו וועסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, דו וועסט אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף וואס דו האסט געטון - וועסטו קומען אזוי הויך, ביז'ן אייבערשטן אליינס. אז מען טוט תשובה קומט מען אן ביז'ן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט הושע, שם): "מִנְהָגוֹ שֶׁל עוֹלָם, אָדָם יוֹרֶה חֵץ, כַּמָּה מַהֲלָךְ", ווען מען שיסט א פייל, וויי ווייט קען דאס פליען? עס קען פליען אזוי ווייט ווי א בית כור אדער כורים, "כַּמָּה גָּדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", אבער ווען מען טוט תשובה קומט מען ביז'ן אייבערשטן אליינס, אזוי ווי עס שטייט (הושע יד, ב): "שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ".
טייערער ליבער ברודער, נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות, די עצה וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט; גיי אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט און רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים דיינע יונגע יארן, דערצייל אים וואס דו האסט אלץ געטון, וואו דו ביסט געפאלן; דערצייל אים ווי דו האסט געקוקט אינעם טעלעפאן פון דיינע עלטערן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר יעצט ווען דו האסט שוין אין קאפ נישט גוטע זאכן; בעט דעם אייבערשטן די ווערטער וואס דוד המלך בעט אין תהילים, אינעם קאפיטל פון תשובה (נא): "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים", הייליגער באשעפער געב מיר א נייע הארץ, "וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי", א נייע גייסט, א ריינע גייסט - באשאף אין מיר, קוק אריין אין די ווערטער פון די קאפיטל ווי דוד המלך טוט תשובה, ווי ער בעט זיך ביים אייבערשטן; זאג די קאפיטל, לייג אריין די ווערטער: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף, מיר מעק אויס מיינע זינד, 'הֶרֶב כַּבְּסֵנִי מֵעֲוֹנִי', וואש מיר אסאך אפ פון מיינע זינד, 'וּמֵחַטָּאתִי טַהֲרֵנִי', רייניג מיר פון מיין עבירה, הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, זיי מיר מוחל, 'כִּי פְשָׁעַי אֲנִי אֵדָע', ווייל איך ווייס מיינע זינד, 'וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד', מיינע זינד שטייען פאר מיר א גאנצן צייט, איך האב שטענדיג חרטה דערויף, דעריבער בעט איך דיר, 'הַסְתֵּר פָּנֶיךָ מֵחֲטָאָי', קוק נישט אויף מיינע עבירות, 'וְכָל עֲונֹתַי מְחֵה', מעק זיי אויס; רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל מער נישט זינדיגן, 'לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים', באשאף מיר א נייעם הארץ, 'וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי', א נייע גייסט געב מיר, איך זאל מער נישט זינדיגן; מיין אלטע קאפ, מיין אלטע הארץ איז אזוי פארשמירט, איך דארף א נייע הארץ, 'אַל תַּשְׁלִיכֵנִי מִלְּפָנֶיךָ', הייליגער באשעפער, ווארף מיר נישט אוועק פון דיר, זיי מיר מקרב צו דיר, געב מיר נאך א שאנס, 'וְרוּחַ קָדְשְׁךָ אַל תִּקַּח מִמֶּנִּי', נעם נישט אוועק פון מיר דיין הייליגקייט, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין ערליך, עס איז מיר אזוי שווער; וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק, מיין קאפ איז מיר אזוי פארדריידט".
אזוי זאלסטו בעטן ביי התבודדות, וויין צום אייבערשטן; ער הערט דיר אויס, ער ווארפט דיר נישט אוועק אפילו ער ווייסט פונקטליך יעדע מעשה, דיבור און מחשבה דיינע.
דו שרייבסט אז מענטשן וואלטן נישט גערעדט מיט דיר ווען זיי ווייסן ווער דו ביסט, אבער דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד) אויפ'ן פסוק (איוב לא, לב): בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר - "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל; הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפן, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריקקומען צו אים; אז דו וועסט דאס טון יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו באקומען א נייעם הארץ, א נייעם קאפ און א נייעם מח, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.
זע צו זאגן אביסל תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים; תהילים וועט דיר ברענגען דו זאלסט קענען שטיין שטארק און נישט צוריק פאלן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.