שאלה אין קורצן ענין
#1 - נאכ'ן בעטן אזוי שטארק, פארוואס זע איך נאכנישט די ישועה?
ישועות, סבלנות, תפילה והתבודדות, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין לאנג וואס איך זוך א צדיק וואס זאל מיר העלפן אין עבודת ה', אזוי ווי דער רבי שרייבט אז מ'דארף האבן א צדיק, און ברוך ה' אז איך האב געטראפן די בריוו און שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק צו דינען דעם אייבערשטן.


איך פרוביר צו זיין נאר וואויל און ערליך, דינען דעם אייבערשטן מיט'ן גאנצן הארץ און נשמה, דאווענען ווי עס דארף צו זיין מיט מתינות און כוונות, גיין יעדן טאג אין מקוה, און זיך היטן די אויגן און זיין נאר גוט און וואויל. ליידער בין איך אמאל געווען א גרויסער בעל עבירה, דורך א ספעציעלע מעטאד וואס איך בין דורך, האב איך זוכה געווען תשובה צו טון, איך וועל נישט אויסרעכענען דא פונקטליך ווי אזוי עס ארבעט, אבער די נקודה איז אז די זעלבע ברען און פייער וואס האט געברענט אין מיר פאר עבירות, האב איך איבערגעדרייט צו גוטן, צו ברענען נאר פאר'ן אייבערשטן. ברוך ה' אז איך האלט שוין דא.


אבער כאטש וואס איך פיל יעצט ברוך ה' א נאנטקייט צום אייבערשטן, זע איך אבער אז מיינע תפלות און בקשות וועגן פרנסה ווערן נישט געענטפערט, און איך דארף חיזוק אויף אמונה און בטחון.


איך האב געוואלט פארקויפן מיין דירה אין א צווייטע שטאט צו קענען קויפן א דירה דא וואו איך וואוין, אבער זאכן גייען נישט ווי איך וויל, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם פאר א האלבע יאר אין א צו, אויך האב איך צוגעלייגט ספעציעלע תפלות ביי שמונה עשרה, און איך האב געטון די סגולה אז פאר פערציג טעג האב איך זיך גאר שטארק אכטונג געגעבן אין קדושה, און דערווייל רירט זיך גארנישט צום גוטן, און כסדר קומען צו נאך פרישע שטרויכלונגען מיט געלט זאכן.


איך ווייס אז דער אייבערשטער טוט אלע נאר פאר מיין טובה, און ברוך ה' אז איך מיט מיין ווייב און אונזערע קינדער זענען ברוך ה' געזונט און שטארק, וואס פאר דעם קען איך נישט גענוג אויפהערן דאנקען און לויבן, און ברוך ה' אז אויף טאג טעגליכע פרנסה איז דא, אבער למעשה האב איך נאך א קלעם אין הארץ, ווייל איך האב געמיינט אז אויב וועל איך בעטן מיט'ן גאנצן הארץ וועט דער אייבערשטער מיר זיכער העלפן און אלעס וועט פארן ווי געשמירט, אבער דערווייל זע איך נאכנישט די ישועה.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען ווארט מיט געדולד, מען האט סבלנות - זעט מען ביים סוף ווי אלעס איז געווען לטובה; מען קוקט צוריק, מען דערמאנט זיך וואס מען איז אמאל אריבער - זעט מען ווי שיין דער אייבערשטער פירט, ווי שיין דער אייבערשטער מאכט; טאקע פון די ביטערניש איז ארויסגעקומען זיסקייט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג חזר'ן דאס ווארט פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו (תורת משה כי תשא, דבור המתחיל וראית הב') וואס ער טייטשט דעם פסוק (שמות לג, כג): "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ", יעדער איינער וויל זען דעם אייבערשטן, מען וויל פארשטיין 'וואס גייט זיין?' 'פון וואו גייט קומען די ישועה?' מען קען דאס אבער נישט זען, נאר אז מען קוקט צוריק זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן. מיט דעם טייטשט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו: "וְרָאִיתָ - אֶת אֲחֹרָי", קוק אויף צוריק, קוק וואס פאר א חסדים איך האב געטון מיט דיר - וועסטו מיר זען; אבער "וּפָנַי - לֹא יֵרָאוּ", 'וואס וועט זיין? ווי אזוי וועל איך האבן די ישועה?' דאס ווייסט מען נישט און מען קען דאס נישט זען פון פאראויס, נאר מען דארף גלייבן, ווארטן, האפן און בעטן.


דו מיינסט יעצט אז דער אייבערשטער ברענגט דיר שלעכטס, אבער אז דו וועסט אויסווארטן וועסטו זען וואס פאר א ניסים עס וועט ארויסקומען פון דעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש שוחר טוב, קיח): אויפ'ן פסוק (תהלים קיח, כא): "אוֹדְךָ כִּי עֲנִיתָנִי וַתְּהִי לִי לִישׁוּעָה", עס איז געווען א איד וואס האט זיך געגרייט צו פארן צו א ווייטע לאנד מאכן געשעפטן אין פארקויפן זיין סחורה, ער האט איינגעקויפט אסאך סחורה און ער האט אויך מיט גענומען עטליכע שותפים כדי צו קענען פארדינען אסאך געלט. ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט צו פארן האט ער באקומען הויך פיבער וואס צוליב דעם האט ער נישט געקענט מיט פארן, זענען די אנדערע שותפים אליינס ארויסגעפארן אויפ'ן לאנגן וועג און מען האט אים איבער געלאזט. האט ער געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, מה עוונותי וחטאתי אז דאס האט מיר פאסירט?" און ער האט נישט געקענט אויסהאלטן די צער, עס האט אים זייער וויי געטון פארוואס פונקט ער, וואס ער איז אזוי ערליך וכו' - דארף איבערבלייבן און קען נישט מיטגיין. אפאר טעג שפעטער האט ער געהערט אז אלע רייזנדע אויפ'ן שיף זענען אומגעקומען פון א רויבעריי, מען האט זיי אלע גע'הרג'עט רחמנא לצלן און נאר ער איז געבליבן לעבן. האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיה יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי, יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט אויף מיר געצערנט און מיר דערנאך געטרייסט, וואס אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען וּתְ'נַחֲמֵנִ'י; ווייל דער רבי לערנט אויס מען זאל לעבן מיט אמונה און גלייבן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס, נאר דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר; האסט א ווייב מיט קינדער אלע זענען געזונט, דאנק אים דו האסט פרנסה; נעם ארויס די קלעם פון הארץ, גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז נאר לטובה, וועסטו זען מיט דיינע אויגן די ניסים וואס וועט ארויסקומען פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.