תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ביי יעדע שאלה באזונדער מוז איך זיך נאכאמאל באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, א גרויסן יישר כח פאר אונזער וואונדערליכע געשמאק לעבן וואס מיר האבן אין זכות פון היכל הקודש.
מיר האבן שוין געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א וועגן עסן די שבת'דיגע סעודות ביי די עלטערן, און דער ראש ישיבה שליט"א האט אונז געענטפערט, "ס'איז ריכטיג צו עסן אין שטוב", און מיר טוען דאס טאקע.
מיר ווילן אבער נעמען די שטארקייט איבערצופרעגן נאכאמאל, ווייל דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז די בעסטע זאך איז ארויסזאגן וואס ליגט אין הארץ. פאקטיש איז אונז אביסל שווער דאס מקיים צו זיין, ווייל יעדער פירט זיך יא צו גיין עסן סעודות ביי די עלטערן יעדע וואך, אדער כאטש יעדע צווייטע וואך, ביי אונז דא אן עירוב און מען קען גיין מיט די קינדער.
איך טראכט צו זיך אז אין צוואנציג יאר ארום וועלן מיר שוין זיין די זיידע און באבע אי"ה, און דעמאלט וועל איך זען און פארשטיין זאכן וואס איך פארשטיי נאכנישט יעצט, און אפשר דעמאלט וועל איך חרטה האבן אויף זאכן וואס איך האב געטון נישט ריכטיג.
יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, מיר קען זיך נישט גענוג באדאנקען.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
משפחת ... שיחיו
איך האב ערהאלטן די בריוו.
עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מכבד זיין עלטערן, דאס איז "חמורות שבחמורות" (ירושלמי פאה א, א), און אז מען האט חתונה דארף מען נאכאלץ גיין באזוכן די עלטערן, דאס איז זייער א גרויסע מצוה, און אזוי איז ריכטיג צו טון; נאך די חתונה גייט מען איין סעודה צו טאטע מאמע און איין סעודה צו שווער און שוויגער, און אז מען וואוינט נישט אין די זעלבע שטאט גייט מען איין שבת דא און איין שבת דארט; די עלטערן זענען זיך מחי' צו זען די קינדער, נאכן אזויפיל הארעווען און זיי חתונה מאכן; די עלטערן ווערן יונגער פון זען די נחת ביי די קידער.
דאס איז גוט כל זמן מען האט נישט קיין קינדער, און אויך ווען די קינדער זענען נאך קליין; איינמאל די קינדער וואקסן אונטער איז ריכטיג צו בלייבן אין שטוב עסן די שבת סעודות אין שטוב, ווייל דעמאלט איז די צייט וואס די עלטערן קענען מחנך זיין די קינדער, זיי אנפילן מיט ליבשאפט און יראת שמים וכו'.
אז מען וואוינט נאנט צו די עלטערן, איז זייער חשוב ארויף צו גיין פרייטאג צו נאכטס נאכן דאווענען זיי זאגן גוט שבת, און אז מען האט א מאמע איז על פי סוד זייער א גרויסע זאך צו געבן א קוש די האנט, דער אריז"ל האט אזוי געטון, און די פוסקים זאגן (מגן אברהם אורח חיים, סימן רעד) אז אלע זאלן אזוי טון. אויך קען מען אריבער גיין ווינטער ווען עס איז דא לאנגע פרייטאג צו נאכטס וכו', אבער עס איז זיכער ריכטיג צו מאכן סעודות אין שטוב מחנך זיין די קינדער.
עס איז וויכטיג צו וויסן אז עס איז דא הלכות אין שלחן ערוך וואס איז מורא האבן פון עלטערן, און וואס איז מכבד זיין עלטערן (שלחן ערוך יורה דעה, סימן רמ); מורא האבן איז, אז מען טאר נישט זיצן אויף א טאטע'ס פלאץ, מען טאר נישט אוועקמאכן וואס עלטערן זאגן, אויך טאר מען נישט מכריע זיין זייער ווערטער, מען טאר נישט רופן די עלטערן ביים נאמען, און מכבד זיין איז, אז מען זאל זיי געבן צו עסן און צו טרינקען וכו' וכו'; כיבוד אב ואם איז נישט א זאך וואס די משפחה מאכט אפ צו טון, כיבוד אב ואם איז נישט וואס די שוואגערס און שוועגערינס טוען און זאגן אז מען דארף טון; כיבוד אב ואם איז וואס שטייט אין די תורה, אין שלחן ערוך.
די גרעסטע כיבוד אב ואם איז אז מען ציט אויף א שיינע ערליכע שטוב, מען איז מחנך די קינדער, מען מאכט שבת סעודות מיט די קינדער, מען געבט די קינדער ווארעמקייט און ליבשאפט אינאיינעם מיט א שטרענגע חינוך פון פאלגן עלטערן, און דאס קען מען נאר טון אין שטוב פריוואט וכו', און ביי די עלטערן אין שטוב איז דאס נישט שייך.
והעיקר זאלן ענק בעטן דעם אייבערשטן פאר גוטע קינדער, עלטערן דארפן אסאך בעטן אויף גוטע קינדער, נאר תפילה העלפט; עס איז כדאי צו דערמאנען די מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט, אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און געוויזן פאר דעם איד, און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.