תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק, ס'געבט מיר צו לעבן.
איך הייס א גוטער בחור, איך זיץ און איך לערן, איך ווייס אבער דעם אמת אז איך פאל זייער אסאך אראפ, איך קען זיך נישט שטארקן איבער מיין יצר הרע.
אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר? ווי אזוי קען זיך שטארקן און דערהאלטן, איך פרוביר אזוי שטארק זיך צו היטן די אויגן, פון דעסט וועגן פאל איך כסדר נאכאמאל און נאכאמאל.
איך שעם זיך צו רעדן פון דעם, שוין צוויי חדשים וואס איך קווענקל צי איך זאל יא שרייבן אדער נישט, איך פרוביר זיך אליין אן עצה צו געבן, אבער איך קען נישט מער. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר העלפן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
התבודדות איז די עצה פאר דיר; דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז זייער א גרויסע זאך, עס איז גרעסער פון אלע עבודות, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, אים בעטן אז ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו אים, און מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון - אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויס צו ברענגען אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", אבער אז מען רעדט אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן - דאן איז גרינגער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ.
פאלג דעם רבי'ן, זוך אויף א שטילע פלאץ, גיי דארט יעדן טאג און גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה; זאג פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, ווי שטארק דו ווילסט זיין אפגעהיטן פון עבירות. בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס וואס דו ביסט נכשל געווארן וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.
דאס איז די עצה ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים אז זיי אלע זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן תפילה והתבודדות; ווען דער רבי האט דאס געזאגט זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו און זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדע נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.