שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס בין איך אזוי צעמישט פאר מיין חתונה?
שלום בית, חתונה, ספיקות, תודה והודאה, בלבולים, כלה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כלה וואס האלט עטליכע וואכן פאר די חתונה, און מיינע געדאנקען און מחשבות זענען זייער צעמישט, איך דארף חיזוק און הדרכה צו וויסן ווי אזוי צו טראכטן גראד, און וואס צו טון.


איך קוק זיך אליין אן זייער מאדנע, פון איין זייט בין איך פרייליך אז איך גיי שוין אויפשטעלן א אידישע שטוב, איך פריי זיך זייער אז עס דערנענטערט זיך שוין מיין פרייליכסטע טאג אין לעבן, איך בעט דעם אייבערשטן אז איך מיט מיין מאן זאלן זיין ערליך און צוזאמען זאלן מיר בויען א משפחה פאר'ן אייבערשטן; אבער פון די אנדערע זייט בין איך אינגאנצן צעבראכן פון אינעווייניג, איך פרעג זיך אליין פארוואס בין איך בכלל א כלה געווארן, וואס האט מיר אויסגעפעלט די גאנצע זאך? פארוואס זאל איך נישט נאכלויפן די גאס און מאכן א לעבן?


איך ווייס אז עס הערט זיך מאדנע, אבער איך דארף הילף צו מאכן סדר אין מיינע הרגשים, יעדע מינוט וויל איך עפעס אנדערש, איך בין זייער צעמישט.


קיינער זאגט מיר גארנישט, איך דארף הדרכה אויף שלום בית און צו קענען האבן א זיסע לעבן, צו קענען חתונה געהאט ווי עס דארף צו זיין אויפ'ן ריכטיגן וועג, נישט נאר צו שפילן א שיינעם שפיל פאר מענטשן.


איך בעט דעם אייבערשטן, אבער מיינע מחשבות לויפן כסדר ארום אויף אלע וועגן, און איך וויל בעטן דער ראש ישיבה שליט"א זאל מתפלל זיין פאר מיר און פאר מיין חתן, און אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר שרייבן אפאר ווערטער צו אויסגראדן מיין מח און מיינע מחשבות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


צעברעכט אייך נישט פון די סארט מחשבות, אסאך כלות און אויך אסאך חתנים גיין אריבער די מחשבות פון 'לאמיך אנטלויפן און שוין'; ווייל אז איר גייט שוין חתונה האבן, איר גייט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית המקדש מעט, א פלאץ פאר די שכינה הקדושה - ווערט דער סמ"ך מ"ם צעדרייט און זוכט ווי ער קען אראפווארפן וכו', מיט חלישות הדעת וכו', בלבולים וכו'; אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁהוּא סָמוּךְ אֵצֶל הַפֶּתַח אָז מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַסִּטְרָא אָחֳרָא וְהַבַּעַל דָּבָר מְאֹד מְאֹד", ווען די קליפות זעען ווי זיי גייען פארלירן, זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין אריין אין די טיר פון קדושה - דעמאלט שטארקן זיי זיך זייער מיט אלע זייערע כוחות אראפ צו ווארפן דעם מענטש רחמנא לצלן, "כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא", ווייל דאס איז די וועג פון סטרא אחרא, "כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה", ווען זיי זעען ווי דער מענטש איז שוין זייער נאנט צו די קדושה, "וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס", ער גייט שוין כמעט אריין צו די קדושה, "אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד", פארלייגן זיי זיך זייער שטארק אים אראפ צו ווארפן, "רַחֲמָנָא לִצְלָן", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן.


איר ווילט אנטלויפן, מאכן א לעבן; הערט אויס ווערטער וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, הערט ווערטער פון א קלוגער איד: "נישטא א פלאץ וואו מען קען אנטלויפן, מאכן א לעבן"; אויף די וועלט איז נישטא קיין 'מאכן א לעבן'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט), "די וועלט איז דער גיהנום, נישטא קיין עולם הזה"; נאר דער ערליכער איד וואס אנטלויפט צום אייבערשטן - דער מאכט א לעבן, נאר דער וואס נעמט אריין אמונה אין זיך, ער לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן, ער הויבט אן שפירן די לויטערע ליכטיגע געשמאקע איינגענעמע טעם פון שפירן דעם אייבערשטן - נאר דער מאכט א לעבן.


מאכט די ריכטיגע הכנה צו די חתונה, גייט צו די חתונה מיט דאנקען און לויבן; די ליפן זאלן נישט אויפהערן קלאפן די ווערטער: "שכוח אייבערשטער"; דאס איז די ריכטיגע הכנה צו די חתונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.