תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געזען אז אויב איך גיי שלאפן פרי און איך שלאף אכט שעה ביינאכט, שפיר איך נאכדעם גוט א גאנצע טאג; אויב אבער גיי איך שלאפן שפעט, אדער שלאף איך ווייניגער פון אכט שעה, שפיר איך שוין נישט אזוי הונדערט פראצענט גוט.
פון די אנדערע זייט וויל איך אבער זייער שטארק לערנען ביינאכט, זיך מער באפלייסן אין לערנען ביינאכט, בפרט אז ביינאכט איז מער רואיג, אסאך גדולי ישראל האבן מתמיד געווען ביי נאכט, אויך מוהרא"ש זי"ע. מוהרא"ש שרייבט אבער אסאך מאל נישט צו זיין קיין אויבער חכם, מען זאל היטן די שלאף.
אפשר דאס אז איך דארף שלאפן אזוי סאך איז ווייל איך בין זייער מגושם? איך בין זייער צעמישט מיט דעם. וואס זאל איך טון?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
רבי נתן האט אמאל געשמועסט מיט אנשי שלומינו דיבורי התחזקות, ער האט זיי מחזק געווען זיי זאלן זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות אפילו עס גייט נישט ווי מען וויל וכו'; אינמיטן האט זיך רבי נתן צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות"; רבי נתן האט נישט אויסגערומט די צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות דורך ווייניג שלאפן וכו', נאר צוליב זייער התחזקות; ווייל דאס איז די סוד פון די צדיקים, זיי האבן זיך דערהאלטן, זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן און זיך נישט געלאזט צעברעכן פון גארנישט.
מאך נישט נאך די צדיקים מיט ווייניג שלאפן און ווייניג עסן, מיר דארפן נאכמאכן די צדיקים מיט זייער שמחה און זייער התחזקות, ווי זיי זענען זיך מחזק; אפילו זיי שפירן ווי מען דארף זיי נישט און ווי מען איז זיי מרחק דערהאלטן זיי זיך, ווי זיי האבן געשפירט אין איין טאג טויזנט מאל א טעם פון שטארבן און דאך זענען זיי נישט אוועק געגאנגען פונעם אייבערשטן, מיט דעם דארף מען זיי נאכמאכן.
עס און שלאף אבער היט די צייט, איינער דארף שלאפן מער און איינער קען שלאפן ווייניגער, דער עיקר דארף מען היטן די צייט און זיך נישט איבערשטרענגען. דער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף אכטונג געבן אז קודם זאל זיין גוף זיין רואיג און נישט איבערגעשטרענגט, און נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש; ווען דער יצר הרע זעט א מענטש וועם ער קען נישט בייקומען - דער מענטש פירט זיך זייער ערליך, קומט ער צו אים ווי א פרומער, ער מאכט אים שפירן אז ער טוט נישט גענוג, און ער פארדרייט אים דעם קאפ אז ער זאל פאסטן און טון סיגופים וכו' וכו'. פארשטייט זיך אז דער מענטש האט נישט קיין כח צו דעם, פאלט ער אראפ און ער ווערט שוואך, און ער בלייבט ליגן אין בעט אן קיין כח, ער קען נישט נישט דאווענען און נישט לערנען, און אזוי האט ער אים געכאפט אין זיין פאסטקע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.