שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס האט מוהרא"ש געליטן אזויפיל צרות?
תפילה והתבודדות, צרות, צדיקים, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פונעם ראש ישיבה שליט"א אז אויב מען פאלגט דעם רבי'ן האט מען א שיינע לעבן. פון די אנדערע זייט האב איך אבער געליינט א בריוו ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבער די צרות וואס מוהרא"ש זי"ע האט געליטן זיין גאנץ לעבן, האב איך זיך דערשראקן פארוואס אזא איינער ווי מוהרא"ש - וואס איז געווען איין שטיק התבודדות און איין שטיק הפצה און איין שטיק פון אלע עצות פון רבי'ן - פארוואס האט ער געהאט א לעבן פון צרות?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר זענען זייער ווייט פון פארשטיין פארוואס דער אייבערשטער מאכט אז צדיקים זאלן ליידן דורכאויס זייער לעבן אלע שווערע יסורים און צרות; דער הייליגער רבי נתן איז דאס מסביר באריכות (ליקוטי הלכות תפילין הלכה ה', אות כז-כח): "יֵשׁ צַדִּיקִים גְּדוֹלִים כָּל כַּךְ שֶׁאֵין צְרִיכִין סִיּוּעַ מִלְּעַילָא וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִתְנַהֵג עִמָּהֶם בַּתְּחִלָּה בְּמִדַּת הַדִּין וְהֵם עוֹמְדִים בְּכָל הַנִּסְיוֹנוֹת וְסוֹבְלִים כָּל מִינֵי יִסּוּרִים וְצָרוֹת הַנִּמְשָׁכִין מִמִּדַּת הַדִּין", עס זענען דא גרויסע צדיקים וואס ליידן זייער גאנץ לעבן ביטערע שווערע ניסיונות, "וְנִשְׁאָרִים עַל עָמְדָם, עַד שֶׁזּוֹכִין לְמַה שֶּׁזּוֹכִין", און די צדיקים דערהאלטן זיך, זיי בלייבן שטארק מיט זייער וועג ביז זיי זענען זוכה צו וואס זיי זענען זוכה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יא, ה): "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס די צדיקים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה לב, ג): "הַיּוֹצֵר הַזֶּה אֵינוֹ בּוֹדֵק קַנְקַנִּים מְרוֹעָעִים", דער טעפער וואס מאכט טעפ, ווען ער וויל באקוקן די טעפ אויב עס איז גענוג שטארק, קלאפט ער נישט אויף די שוואכע טעפ, "וּמָה הוּא בּוֹדֵק? בְּקַנְקַנִּים יָפִים", ער קלאפט אויף די שטארקע טעפ, "שֶׁאַפִלּוּ מֵקִישׁ עֲלֵיהֶם כַּמָּה פְעָמִים אֵינָם נִשְׁבָּרִים", וויפיל ער קלאפט אויף זיי צעברעכן זיי זיך נישט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי טוט דער אייבערשטער מיט די צדיקים, ער קלאפט אויף זיי צו זען אויב זיי וועלן זיך דערהאלטן. דער הייליגער תנא רבי יוסי זאגט: "הַפִּשְׁתָּנִי הַזֶּה, בְּשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ יָפָה, כָּל שֶׁהוּא כּוֹתְשָׁהּ הִיא מִשְׁתַּבַּחַת, וְכָל זְמַן שֶׁהוּא מַקִּישׁ עָלֶיהָ הִיא מִשְׁתַּמֶּנֶת", ווען מען האט גוטע פלאקס דעמאלט קען מען דאס גוט אויסקלאפן, ווייל ווי מער מען קלאפט דאס אויס ווערן זיי בעסער און פעטער, "וּבְשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ רָעָה, אֵינוֹ מַסְפִּיק לָקוּשׁ עָלֶיהָ אַחַת עַד שֶׁהִיא פּוֹקַעַת", ווען מען האט שוואכע סחורה קען מען נישט קלאפן אויף זיי ווייל זיי ווערן אינגאנצן צעהאקט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי טוט דער אייבערשטער מיט צדיקים, ער קלאפט אויף זיי ווייל ער ווייסט אז זיי וועלן ווערן מער נאנט צו אים און זיי וועלן ווערן מער בטל צו אים. נאך זאגט דער הייליגער רבי אליעזר א משל צו א בעל הבית וואס האט צוויי קוען, א שוואכע קו און א שטארקע קו, "עַל מִי הוּא נוֹתֵן אֶת הָעֹל, לֹא עַל זֹאת שֶׁכֹּחָהּ יָפֶה?" אויף וועלכע קו לייגט דער בעל הבית ארויף די יאך? זיכער אויף די שטארקע קו, "כָּךְ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי מאכט דער אייבערשטער, ער נעמט די צדיקים און זיי פרובירט ער אויס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יא, ה): "ה' צַדִּיק יִבְחָן".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קע): "כָּל אֶחָד לְפִי נִשְׁמָתוֹ וּלְפִי עֲבוֹדָתוֹ כָּךְ יֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים", יעדער איינער לויט ווי גרויס ער איז און לויט זיין עבודת השם גייט אויף אים אריבער יסורים, "יֵשׁ שֶׁיֵּשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִבָּנָיו וּמֵאָבִיו וּמִשָּׁכֵן", עס זענען דא וואס ליידן פון די קינדער, פון די עלטערן און פון שכנים, "וְיֵשׁ שֶׁהוּא בְּמַדְרֵגָה גְּדוֹלָה מִמֶּנּוּ וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִשְּׁכֵנִים רְחוֹקִים", נאכדעם איז פארהאן איינער וואס איז אין א גרעסערע מדריגה, ער ליידט אויך פון ווייטע שכנים, "וְיֵשׁ גָּדוֹל מִמֶּנּוּ וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִכָּל הָעִיר", נאכדעם איז דא א גרעסערער צדיק וואס ליידט פון די גאנצע שטאט, "וְיֵשׁ גָּדוֹל מְאֹד וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִכָּל הָעוֹלָם", נאכדעם איז דא גאר א גרויסער צדיק וואס ליידט פון די גאנצע וועלט; דאס איז געווען מיט מוהרא"ש, אלע האבן געשפעט פון אים; מענטשן פון די גאנצע וועלט, מענטשן וואס האבן אים קיינמאל נישט געקענט און קיינמאל נישט געזען האבן חוזק געמאכט און גערעדט אויף אים.


וואס מיר דארפן זיך אפלערנען פון די צדיקים, אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן און צעשאסן ווען עס גייט אריבער אויף אונז וואס עס גייט אריבער; דער צדיק בלייבט שטענדיג שטארק מיט זיין אמונה. דארפן מיר זיך שטארקן אין אמונה ווען עס גייט אריבער וואס גייט אריבער, מוהרא"ש'ס שיינקייט איז געווען אז ווי מער ער איז אריבער שווערע ביטערע יסורים האט ער אלץ מער באלאכטן די וועלט מיט זיינע עצות און חיזוקים, ער האט ליכטיג געמאכט פאר די גאנצע וועלט.


מיר האבן נישט קיין השגה וואס א צדיק איז, מיר זענען זייער ווייט פון קענען פארשטיין א צדיק וואס איז אינגאנצן בטל ומבוטל פאר'ן אייבערשטן; מיר דארפן זיך מחזק זיין מיט די עצות און חיזוקים וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז איבערגעלאזט און גיין אין זייערע וועגן, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.