שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס איז מיין ברודער אזוי נישט דרך ארצ'דיג צו מיין טאטע?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, דרך ארץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאטע באקלאגט זיך מיר גאר אסאך וועגן מיין ברודער, אז ער ליידט אסאך פון אים, ער לאזט אים נישט מנוחה, א גאנצע שבת'דיגע סעודה איז ער פארנומען אז מיין טאטע טוט נישט ריכטיג די מנהגים אזוי ווי זיינע זיידעס און די חסידות פון וואו זיי קומען, און די זעלבע ביים דאווענען זאגט ער אים הערות אז עס פאסט נישט צו קוקן אין א ספר ביים דאווענען, און אזוי ווייטער אויף טריט און שריט. וואס א טאטע וואלט אפשר געדארפט זאגן פאר זיינע קינדער, זאגט דער בחור פאר זיין טאטע.


ביי די סעודה שבת בייטאג פליקט ער אראפ די חלה דעקל, ווייל אין די חסידות פון וואו אונזערע זיידעס קומען לייגט מען נישט קיין חלה דעקל שבת אינדערפרי. געוויסע ספרים באהאלט ער ווייל ער האלט נישט פון דעם, ס'באדערט אים ביז'ן נשמה אז מיין טאטע איז נישט קלאר לשיטתו מיט די מנהגים.
די פראבלעם הויבט זיך אן ווען מיין טאטע פרובירט אים עפעס צו זאגן, דעמאלט קען ער ווערן באליידיגט און זיך נעמען וויינען, און ווען מיין טאטע מאכט זיך נישט וויסנדיג פון אים, קען עס אויסקלאפן אז ער נעמט זיך טשעפען אנדערע קינדער.


ער האט נישט פיינט מיין טאטע, ער קען אפילו וועלן לערנען מיט אים וכדומה און מיין טאטע קען נישט כאפן וואס די פראבלעם איז. מיין טאטע טראכט אז אפשר דארף ער אוועקפארן פאר א שטיק צייט ער זאל נישט זיין מיט אים צוזאמען, וועט זיך עס בארואיגן; אפשר דארף מען אים פארשיקן אין א ישיבה אין א אנדערע שטאט אדער מדינה?


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן וואס איז פשט פון דעם? וואס מוטשעט פאר דעם בחור? און וואס קען איך זאגן פאר מיין טאטע אן עצה?


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז מיר אזוי שיין מדריך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער פראבלעם איז אז מען לערנט נישט אויס קינדער די א' ב' פון דרך ארץ; קינדער דארף מען לערנען פון ווען זיי זענען נאך גאר יונג - דרך ארץ פאר טאטע מאמע. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג, ווען מען איז יונג קען מען גרינג בייגן דעם קינד זאל זיך אוסלערנען ווי זיך צו פירן מיט עלטערן.


ווען איך זע קינדער וואס פירן זיך נישט מיט דרך ארץ - האב איך זייער רחמנות אויף זיי אז מען האט זיי נישט מחנך געווען, און אנשטאט טראכטן אויפן קינד אז ער איז שלעכט, טראכט איך 'נעבעך, א רחמנות אויף אים, זיינע עלטערן האבן אים נישט געלערנט צו האבן דרך ארץ פאר טאטע מאמע'.


ווען מען איז עלטער - איז שוין אביסל שפעט, אבער מען קען נאך און מען דארף נאכאלץ לערנען דרך ארץ, און יעדע מאל א קינד זאגט עפעס פארן טאטן אדער מאמען נישט מיט דרך ארץ - דארף מען באמערקן און זאגן: "מען טאר נישט רעדן אזוי צו א טאטע און מאמע", צענדליגער און הונדערטער מאל דארפן קינדער הערן, פון קליינווייז אן - אז מען רעדט צו עלטערן מיט דרך ארץ און מיט גרויס הכנעה.


די פותרי חלומות, טעראפיסטן - זוכן פרישע מיטלען ווי אזוי מען קען מאכן עלטערן מיט די קינדער זאלן זיך אויסקומען, און רוב מאל העלפט דאס נישט; קומען זיי מיט א נייעם וועג פון צעטיילן די קינדער פון די עלטערן.


די עצה און די וועג איז, מען זאל זאגן נאכאמאל און נאכאמאל פארן קינד: "צו א טאטע און מאמע רעדט מען נישט אזוי", "טאטע מאמע דארף מען מכבד זיין"; אמאל דארף מען זיין נאך מער שטרענג, אבער דער עיקר עצה איז זאגן נאכאמאל און נאכאמאל.


מיין נישט אז דאס אליין איז די זאך, אויסער חינוך דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער. עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זוכה געווען צו טייערע ערליכע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז דער סוד פון די הצלחה, האט ער געזאגט: "וואס מיינט איר, קינדער זענען עפעלעך וואס מען רייסט אראפ פון בוים? איך האב אסאך געוויינט צום אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.