תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס מיר באקומען פון די עצתו אמונה פון די חיזוק יומי, עס געבט אונז אסאך כח צו דינען דעם אייבערשטן און אסאך חיות אין לעבן.
איך האב געוואלט פרעגן איבער א פראבלעם וואס איך האב אין שלום בית מיט וואס איך קען זיך נישט אן עצה געבן. איך האב ברוך ה' חתונה געהאט צו זייער א וואוילער מאן, ער שעצט מיר זייער שטארק, ער העלפט מיר זייער אסאך, ער איז ממש גרייט זיך פשוט מוסר נפש צו זיין פאר מיר און פאר די קינדער, ער וועט טון אלעס אויף די וועלט מיר צו העלפן און מאכן פרייליך, אפילו עס וועט אים אנקומען זייער שווער.
דער פראבלעם וואס איך האב מיט אים איז נאר מיט זיין עבודת ה'. מיר זענען חסידים פון מוהרא"ש נאך פון פאר די חתונה, מיר האבן חתונה געהאט אלס תלמידי היכל הקודש, אבער למעשה זע איך נישט אז ער זאל זיך אויפפירן ווי א תלמיד היכל הקודש. ער האט נישט קיין שיעורים צו לערנען, ער איז אין כולל קוים צוויי שעה א טאג און אויך דעמאלט וועט ער צומאל זיין פארנומען צו מסדר זיין זאכן, באצאלן חשבונות, און דאס גלייכן. ער שטייט נישט אויף אין צייט, גייט נישט אין צייט, און כמעט וואס ער לערנט נישט אינדערהיים, און דאס איז נישט ווי אזוי א תלמיד פון רבי'ן און פון היכל הקודש פירט זיך אויף.
מיין מאן האט ברוך ה' גאלדענע מידות, ער איז זייער איידל און פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ, האט נישט צוטון מיט קיינעם, באמת א טייערער אינגערמאן, עס שטערט מיר אבער נאכאלץ אז ער דינט נישט דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, איך ציטער דאס מערסטע וואס מיינע קינדער וועלן זען אינדערהיים ווען זיי וועלן אונטערוואקסן, איך וויל זיי זאלן זען א טאטע וואס לערנט, אן אמת'ער ברסלב'ער חסיד מיט התבודדות און א פלאקער פון קדושה פאר'ן אייבערשטן. און אנשטאט דעם מאכט זיך אסאך מאל מאל פארנאכטס ווען איך דארף נישט קיין הילף, וועט ער זיך אוועקזעצן מיט עירפאונס צו הערן ניגונים אדער שיעורים.
די איינצעלנע מאל וואס איך האב פרובירט אים מעורר צו זיין אדער בעטן וועגן דעם, איז ער ממש געווארן געטשעפעט פון דעם, ער האט נישט פארשטאנען וואס איך וויל, ער האט געפרעגט מיט ווייטאג אויב ער איז נישט גענוג גוט פאר מיר אדער אויב ער העלפט נישט גענוג. רוב מאל דערוואג איך זיך אפילו נישט אים צו באמערקן אויף די זאכן, ווי אזוי קען איך אים בעטן אז ער זאל גיין צייטליך צום דאווענען, אדער אז ער זאל עפעס לערנען, אין די צייט וואס ער העלפט מיר טאקע אזוי סאך, און ער איז אזוי גוט צו מיר?
ווען ער לערנט יא, אדער ווען ער איז אין כולל, ווייז איך אים ארויס אסאך שעצונג אויף דעם, איך שפיר אבער אז איך ווער פארברענט פון אינעווייניג אז ער איז נישט קיין "עובד ה'". סיי מיין טאטע און אויך מיין שווער זענען ביידע אמת'ע תלמידים פון מוהרא"ש, און יעדעס מאל מיר גייען צו זיי אויף שבתים זע איך זייער דביקות און זייער לערנען תורה, און איך עס זיך נאר מער אויף דאס געזונט פארוואס מיין מאן איז נישט אזוי.
איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן וואס צו טון, איך וויל נישט זיין מיין מאנ'ס משגיח, איך וויל אבער יא אז מיינע קינדער זאלן זען אינדערהיים א ביישפיל פון א בן תורה, פון ליבשאפט צו תורה.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס איז נישט ריכטיג צו לייגן אויפן וואגשאל דעם מאן מיטן טאטן, ווייל אייער מאן דארף נישט דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי אייער טאטע, און אייער טאטע קען נישט מאכן די נחת רוח פארן אייבערשטן וואס אייער מאן מאכט, יעדער מענטש האט ספעציעלע זאכן וואס געבט א נחת רוח פארן אייבערשטן וואס קיינער אנדערש קען נישט טון.
אסאך מאל קען דער מאן נישט מצליח זיין אין עבודת השם צוליב דעם וואס די ווייב שעצט אים נישט און האלט נישט פון אים; אפילו אן רעדן און אן זאגן - שפירט מען אין הארץ אז מען איז אראפגעקוקט, און דאס לאזט נישט דעם מאן מצליח זיין.
דאנקט דעם אייבערשטן פאר אזא טייערער מאן, ליינט איבער אייער בריוו: 'איך האב ברוך ה' חתונה געהאט צו זייער א וואוילער מאן, ער שעצט מיר זייער שטארק, ער העלפט מיר זייער אסאך, ער איז ממש גרייט זיך פשוט מוסר נפש זיין פאר מיר און פאר די קינדער, ער וועט טון אלעס אויף די וועלט מיר צו העלפן און מאכן פרייליך, אפילו עס וועט אים אנקומען זייער שווער', וויפיל פרויען וואלטן געוואלט קענען זאגן 'מיין מאן האט ברוך ה' גאלדענע מידות, ער איז זייער איידל און פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ, ער האט נישט צוטון מיט קיינעם, באמת א טייערער אינגערמאן', וויפיל פרויען וואלטן זיך געווינטשן פאר א מאן וואס העלפט און איז וואויל...
אז איר זארגט 'וואס וועט זיין מיט די קינדער?' איר ווילט קינדער צדיקים, דאס האט מיט אייך, עס זענען געווען גרויסע צדיקים און גדולי ישראל וואס זענען אויסגעוואקסן פון פשוט'ע שטיבער וואו דער טאטע איז געווען א פשוט'ער איד, און נאר בזכות די ערליכקייט פון די מאמע, פון די תפילות אירע, און פון די צניעות אירע - האבן זיי זוכה געווען צו בנים תלמידי חכמים.
אז איר וועט האלטן טייער אייער מאן, איר וועט זוכן גוטע זאכן אין אים, און נאר זען דאס גוטס - וועט איר אים אזוי אויפהייבן צום אייבערשטן, ענק וועלן זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען ביי ענק אין שטוב מיט אלע ברכות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.