תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א שלעכטע ווייב, מיין מאן איז א נשמה'לע נעבעך, איך האלט עס נישט אויס פאר אים.
אונזער בעיבי וועקט אונז אויף זייער אסאך אינמיטן נאכט, לעצטע וואך איין נאכט האט די בעיבי אונז אויפגעוועקט, און מיר זענען ביידע געווען זייער נערוועז, רוף איך מיך אן צו אים, "אזעלכע עקלדיגע מידות קומט ארויס פון דיר ווען דו ביסט פארשלאפן", האט ער מיר געענטפערט "איך בין נישט געווען אזוי ווען איך האב חתונה געהאט, דו האסט מיך אזוי געמאכט".
איך בין געבליבן שטיל מיט טרערן אין מיין האלז. עס האט מיר אזוי געשטאכן, ווייל איך ווייס ווי אמת עס איז, איך פייניג אים. היינט האבן מיר געהאט א טענה'ריי, איך האב אים גוט וויי געטון. רופט ער זיך אן ״איך גיי אנהויבן זיך אויפפירן אנדערש", האב איך געזאגט, "דעמאלט גייסטו בלייבן אליינס שנעלער ווי דו מיינסט", זאגט ער, "אפשר ווען איך וועל זיין אליין וועל איך מער אויפטון אויף דער וועלט", ער זאגט "אלס בחור פלעג איך לערנען און דאווענען און זיין פרייליך". אוי טוט דאס וויי, איך וויין יעצט פון מיך אליין.
איך דארף הילף, איך דארף אן עצה, איך האב א קראנקע מחלה פון שלעכטע מידות, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך בעט דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער איך זע נישט אז עפעס זאל זיך רוקן, איך הער און איך קען אלע שיעורים, איך ווייס אז איך דארף אים שעצן און ליב האבן און זיין א קלוגע פרוי, איך ווייס פונקטליך וואס איך דארף ווען זיין, איך קען זיך אבער נישט העלפן, ער ווערט נעבעך געפייניגט, איך האלט עס נישט אויס.
אוודאי ווערט ער נערוועז יעדעס מאל ווען איך רוף אים, איך וואלט אויך געווארן נערוועז פון מיך אליינס. ער איז אזוי וואויל אז ער טוט מיר גארנישט צוריק. איך בין געקומען זוכן הילף, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אויסארבעטן די מידות - איז זייער וויכטיג, און אז מען ארבעט דאס נישט אויס אין די יונגע יארן - איז שפעטער זייער שווער דאס לעבן; א רחמנות פאר די קינדער וואס מען איז זיי נישט מחנך, עס איז זיי שפעטער ביטער אין לעבן.
דער פסוק זאגט: "וְעַיִר פֶּרֶא אָדָם יִוָּלֵד" (איוב יא, יב), א מענטש ווערט געבוירן מיט שלעכטע מידות, ווי אן אייזל אן שכל; מען מיינט 'אלעס קומט זיך מיר', מען מיינט 'יעדער קומט מיר', און עס ליגט א פליכט אויף עלטערן אויסצולערנען די קינדער צו וויסן אז 'נישט אלעס וואס מען וויל - באקומט מען', און אז 'קיינער קומט מיר גארנישט'.
שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ", עלטערן וואס מוסר'ן נישט די קינדער - די האבן פיינט זייערע קינדער, "וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", און די עלטערן וואס מוסר'ן די קינדער - די האבן ליב זייערע קינדער; ווייל די עלטערן וואס מוסר'ן נישט זייערע קינדער - וועלן די קינדער ארויסגיין לתרבות רעה, השם ישמרינו.
אז מען האט אייך נישט געהאלפן אלס קינד אויסארבעטן די שווערע נאטורן, מען האט אייך אלעס נאכגעגעבן - איז פאר אייך געבליבן איין עצה, בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף אייך און אייך העלפן אויסארבעטן די מידות; איר זאלט רעדן שיין צו אנדערע און בפרט צו אייער מאן, איר זאלט וויסן אז קיינער קומט אייך גארנישט און וואס איר האט - איז אלעס נאר מתנות; ווייל אז מען איז שלעכט צום מאן, מען רעדט נישט שיין, מען פארלאנגט א גאנצן צייט - קען מען בלייבן אליין השם ישמרינו.
דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, אות טז) ווען ער האט געהאט זיינע שווערע נסיונות - איז ער געווען אין א גרויסע סכנה, "הָיָה צוֹעֵק לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מְאֹד", ער האט געשריגן צום אייבערשטן, "עַד שֶׁזָּכָה לְהִתְגַּבֵּר עַל יִצְרוֹ וּלְהִנָּצֵל", ביז ער האט זיך געקענט שטארקן אויף זיין יצר הרע און ווערן געראטעוועט, ביז ער האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט.
איך האב געזען מענטשן וואס זענען געווען בטבע שלעכט, פרעכע בעלי גאווה, און מיט די עצה פון התבודדות האבן זיי זיך אויסגעארבעט און געווארן גוט; זיי האבן גענומען דעם הייליגן רבינ'ס עצות ערנסט, זיי האבן געבעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, זיי האבן זיך מתבודד געווען, געשריגן צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך בין א שלעכטער, הייליגער באשעפער געב מיר גוטע נאטורן, מאך מיך רעדן שיין צו אנדערע, געב מיר א גוטע הארץ, א ריינע הארץ", און זיי האבן זיך אינגאנצן געטוישט צום גוטן.
וועט איר נעמען ערנסט דעם רבינ'ס עצה, איר וועט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן - וועט איר זיכער זיך טוישן, איר וועט ווערן א גוטער, איר וועט האבן שלום בית און די שכינה וועט רוען ביי אייך אין שטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.