תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון אז צניעות קומט מיך אסאך מאל אן שווער, ווען איך זע א מיידל פון מיין יארגאנג וואס גייט מיט זאקן, וויל איך אויך גיין אזוי. ווי אזוי קען איך זיך שטארקן אין דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... תחי', מאנסי
עס איז טאקע א נסיון, ווען מען איז יונג האט מען די שטארקע נסיון צו וועלן אויסזען ווי די שכנים, צייגן גוט פאר די ארומיגע, אבער אז מען איז שטארק נישט נאכצוגיין די גאס, נאר גיין אנגעטון איידל און זיך פירן איידל - באקומט מען זייער אסאך גוטס, מען איז זוכה צו הערליכע שיינע ערליכע דורות. דער הייליגער זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט), אז מען פירט זיך איידל, מען גייט אנגעטון איידל - איז מען זוכה צו גוטע קינדער.
איך בעט אייך זייער, טוט זיך נישט אן ווי די שכנים, טוט זיך אן אזוי ווי אייער טאטע מאמע ווילן איר זאלט גיין, די גרעסטע און שענסטע זאך איז אז מען פאלגט עלטערן און מען מאכט זיי א נחת רוח; ליידער זענען מיר פארטריבן אין גלות אמעריקע, די אמעריקאנע שיטה איז אז יעדער קען טון וואס זיי ווילן, די עלטערע דארפן געבן כבוד פאר די יוגנט, מיר וואוינען טאקע אין אמעריקע אבער מיר זענען נישט קיין אמעריקאנע, מיר זענען דא ביז משיח וועט אונז אויסלייזן און אהיים נעמען קיין ארץ ישראל; בכן זאלט איר נישט טוישן די שיינע ערליכע אידישע לבוש, גייט נישט מיט קורצע שטרימפ, גייט מיט טייץ, און זייט אזוי פרייליך און געשמאק, אז די שכנים זאלן אייך נאכמאכן, זיי זאלן זאגן פאר זייערע עלטערן 'מיר ווילן זיין איידל, אזוי ווי די שכן'.
געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.
דֶער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.