תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אין בין געווען אין אומאן אויף ראש השנה, איך האב זיך דארט מקבל געווען אזויפיל גוטע קבלות, צו דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין יעדן טאג, היטן די אויגן, שלום בית, און נאך אסאך גוטע זאכן ; אבער למעשה בין איך פשוט נישט מצליח מקיים צו זיין די גוטע קבלות, עס זעט אויס ווי דער יצר הרע פירט פשוט א מלחמה מיט מיר אז איך זאל נישט קענען איינהאלטן מיינע קבלות, יעדן טאג ווערט מיר אלעס נאר שווערער און שווערער פון פריער.
וואס טוט מען? איך שריי געוואלד, איך קען נישט טון די פשוטע זאכן צו קענען זיין אן ערליכער איד.
פון א אינגערמאן וואס וויל זייער שטארק זיין אן ערליכער איד.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
דאס וואס דו שרייסט געוואלד, דאס וואס באדערט דיר און שטערט דיך אז דו ביסט ווייט פון זיין אן ערליכער איד; דאס איז מען זוכה צו באקומען ביים צדיק, און דאס האסטו זוכה געווען צו באקומען אין אומאן ביים רבי'ן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עב), ווען מען קומט צום צדיק: "רָאוּי שֶׁיֻּמְשַׁךְ עָלָיו בּוּשָׁה וְשִׁפְלוּת גָּדוֹל מְאֹד", פאלט אויפן מענטש א שפלות, "וְזֶה סִימָן שֶׁהָיָה אֵצֶל צַדִּיק אֲמִתִּי כְּשֶׁנִּמְשָׁךְ עָלָיו בּוּשָׁה וְשִׁפְלוּת", און דאס איז ד סימן אז מען איז געווען ביים אמת'ן צדיק, אז עס פאלט אויפן מענטש א בושה און א שפלות.
נעם די מתנה וואס דו האסט באקומען ביים רבי'ן אין אומאן, און הייב אן דינען דעם אייבערשטן מיט לערנען און דאווענען, און נישט אויף יאוש חס ושלום. ווייל דער רבי זאגט (שם), מען דארף וויסן וואס איז די ריכטיגע שפלות, נישט מען זאל ווערן א שלימזל'ניק, ווערן נאכגעלאזט, אויפהערן לערנען און דאווענען און זינגען טאג און נאכט 'איך בין גארנישט', נאר די אמת'ע שפלות וואס מען באקומט דורכן צדיק איז: 'הָקִיצוּ וְרַנְּנוּ שֹׁכְנֵי עָפָר', זיך אויפוועקן און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, נעמען די שפלות און אנהייבן לעבן דורך טון די עצות הצדיק.
דער הייליגער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס, דעם ערשטן טאג): עס איז געקומען א גרויסער אדלער, ער האט געקלאפט אויפן טיר פונעם טורעם און געזאגט: "הערט אויף צו זיין ארעמעלייט, הייבט זיך אן באניצן מיט ענקערע אוצרות", אינעם טורעם זענען געזיצן די מענטשן וואס זענען געראטעוועט געווארן פונעם צעבראכענעם שיף, דאס זענען די מענטשן וואס קומען צום צדיק, צעבראכענע און צעקלאפטע הערצער, און דער אדלער מיינט מען כביכול דעם אייבערשטן, און דער צדיק רעדט צו אונז ווערטער פונעם אייבערשטן: "הערט אויף צו זיין ארעמעלייט, הייבט זיך אן באניצן מיט ענקערע אוצרות"; די אוצרות זענען די עצות וואס מען באקומט ביים צדיק, די עצה פון סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), א גרינגע וועג צו לערנען תורה, דורך לערנען בגירסא; נישט זוכן אלעס צו פארשטיין, און דורך די עצה פון תפילה והתבודדות; זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן: "אייבערשטער איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן, איך וויל לערנען און דאווענען וכו' וכו'"; דער צדיק וועקט אונז אויף פון שלאף, ער בעט אונז: "הערט אויף צו זיין ארעמעלייט, הייבט זיך אן באניצן מיט ענקערע אוצרות", ער וויל מען זאל נעמען די שפלות און אנהייבן לעבן מיט דעם, שוכני עפר דאס מיינט מען די שפלות, מי שנעשה שכן לעפר בחייו, און 'הקצו ורננו', הייבט אן עוסק זיין מיט עבודת השם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.