תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א וואוילער אינגערמאן, כאטש הייס איך אזוי, אבער אין הארץ שפיר איך אז איך בין חרוב אינגאנצן, מיין גאנצער מח איז פול מיט נארישע און שלעכטע געדאנקען כסדר. דאס קומט נאך פון אלס בחור וואס איך האב זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין, און קיינער האט מיר נישט געגעבן קיין חיזוק און געזאגט קלאר וואס מ'טאר נישט טון, ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן צו זיין ערליך ווי דער אייבערשטער וויל.
איך שפיר אז ווען איך זאל האבן איינעם אלס אינגל און בחור וואס זאל מיר זאגן פערזענליך וואס איך טאר נישט טון, און זאל מיר געבן חיזוק אויף דעם, וואלט איך נישט געטון קיין שלעכטע זאכן. איך קען באמת נישט פארשטיין פארוואס די מלמדים און מחנכים, מגידי שיעור און און ראשי ישיבות, רעדן נישט אפן צו די קינדער און בחורים זיי זאלן וויסן וואס זיי טארן נישט טון, דאס וואלט דאך געקענט פארמיידן אזויפיל צרות און עגמת נפש אין די שפעטערדיגע יארן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז א גרויסע וואונדער אויף מלמדים און מחנכים פארוואס זיי גרייטן נישט אן די קינדער זיי זאלן זיך אכטונג געבן נישט צו זינקען אין פגם הברית רחמנא לצלן, בשעת וואס אלע צדיקים פון פריערדיגן דור, ובפרט הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו האבן מזהיר געווען די מלמדים זיי זאלן רעדן צו די קינדער אפענע דיבורים פון שמירת הברית.
עס זענען געווען געוויסע ביי די אסיפת המלמדים וואס האבן גע'טענה'ט אז מען זאל נישט רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, מיט'ן טענה אז מען וועט רעדן צו די קינדער וועלן זיי וויסן וכו', האט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר געקלאפט אין טיש און געזאגט אז מען דארף יא רעדן, און אז מען רעדט נישט ווייסן נישט די קינדער בכלל פון וואס זיך צו היטן.
ביי יענע אסיפה האט ער דערציילט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו (פרק יח): אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב אמאל אנגעטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - בערך צוויי הונדערט תלמידים; נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו די שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזוכט דעם מלמד זיך צו קענען טרעפן מיט אים האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע זיינע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען 'פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים, זענען אלע געשטארבן', ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט, "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן..." האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן, זיי האבן פוגם געווען באות ברית קודש דעריבער זענען זיי אלע געשטראבן יונג"; האט דער רבי זי"ע מסאטמער אויסגעפירט פאר די מלמדים: "דא זעט מען דער חיוב וואס מלמדים האבן צו רעדן צו קינדער פון וואס מען דארף זיך דערווייטערן".
עס ליגט א חוב אויף עלטערן זיי זאלן רעדן צו זייערע קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן נישט אנרירן ביים ברית קודש, און זיכער זאלן זיי אכטונג געבן פון מניוולים אז זיי זאלן נישט טון מיט זיי מעשי תועבה; עס איז א ווייטאג צו הערן פון מענטשן ווי זיי מוטשען זיך אין זייער לעבן נאר ווייל זיי האבן נישט געוויסט ווי שעדליך דאס איז.
אויף דעם וואס דיין מח איז פול מיט שלעכטע מחשבות וכו'; טו דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, גיי יעדן טאג אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף דיין מאמע לשון, זאג אים וואס דו ביסט אריבער, דערצייל אים אלעס וואס דער יצר הרע טוט מיט דיר און ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד; דורכדעם וועט ארויס גיין פון דיר אלע שלעכטע מחשבות.
אויך זאלסטו לערנען אסאך פרקים משניות; משניות האט א כח אויס צו וואשן דעם מענטש, עס ברענגט א נייע נשמה און א נייע מח.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.