תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל וויל זיך זייער באדאנקען פאר די חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א, זייט איך האב אנגעטראפן די געוואלדיגע שיעורים, און אויך די ניגונים פון אמונה, האט מיין לעבן ממש אויפגעלאכטן, דער ראש ישיבה שליט"א האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן.
איך לערן אין א ישיבה אין ארץ ישראל, איך האב דארט גאנץ שטארק הנאה, פארשטייט זיך אז אזוי ווי אין יעדע פלאץ האט זיך עס אירע מעלות און חסרונות. מיין שאלה איז אויב איך זאל צוריק קומען, אבער די שאלה איז בכלל נישט אזוי פשוט.
מיינע עלטערן זענען גע'גט, מיין טאטע האט ברוך ה' נאכאמאל חתונה געהאט און ער פירט אן ערליכע לעבן, מיין מאמע איז אבער זייער געפאלן נאכ'ן גט, עס איז איר געווארן שווער צו היטן שבת פאר עטליכע סיבות, און זי האט אויפגעהערט היטן שבת רחמנא ליצלן, און יעצט האלט זי בכלל זייער ווייניג אידישקייט נעבעך.
אויב מיין מאמע וועט מיר הייסן צוריק קומען, וועל איך נישט האבן קיין ברירה, ווייל האט זי אחריות אויף מיר. און דעריבער בעט איך אן עצה פונעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו זאגן וואס צו טון.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
ערשטנס מוז איך דיר זאגן אז איך בין זייער איבערגענומען פון דיר ווי דו שטארקסט זיך, און אפילו עס גייט אריבער אויף דיר אזויפיל שוועריקייטן - ביסטו ווייטער שטארק אין עבודת השם, דו לערנסט, דו דאווענסט און דו דערהאלטסט זיך.
ביי דיין פאל, אזא מעשה וואס דו גייסט אריבער – זאלסטו ענדערש בלייבן אין ישיבה אין ארץ ישראל, ווייל ווי אזוי וועסטו זיך קענען שטארקן ביי דיין מאמע אין שטוב ווען די מצב איז אזוי? ווי אזוי וועסטו קענען זיין אין א שטוב מיט אפענע אינטערנעט אן קיין פילטער? מען קען אלעס פארלירן; ענדערש בלייב אין ישיבה. זע צו האבן גוטע חברים, חברים וואס האבן תמימות, חברים וואס מאכן נישט קיין ליצנות פון ערליכע זאכן, פון הייליגע זאכן.
דער פסוק זאגט (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים", אויב א מענטש דרייט זיך מיט לצים - "הוּא יָלִיץ", וועט ער אויך ווערן א לץ, "וְלַעֲנָוִים", און אז מען דרייט זיך מיט ערליכע אידן, מען חבר'ט זיך מיט גוטע חברים, חברים וואס האבן אמונת חכמים, חברים וואס דרייען זיך ביי ערליכע אידן - "יִתֶּן חֵן", וועט מען אויך ווערן אן ערליכער איד און געפינען חן אינעם אייבערשטנ'ס אויגן.
נאר איין זאך, דראפע זיך און דערהאלט זיך, און אפילו עס איז דיר גאר ביטער - זאלסטו נישט אויפגעבן, נאר זיך דראפען און דערהאלטן, און גלייבן אז ביים סוף וועט דיר גוט ווערן.
דו ווייסט די מעשה מיט מוהרנ"ת, איידער ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ר' ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זכותו יגן עלינו, ער איז געפארן צום צדיק הרב הקדוש רבי מרדכי מקרעמניץ זכותו יגן עלינו, צו הרב הקדוש רבי שלום מפראביטש זכותו יגן עלינו און צו הרב הקדוש רבי אברהם דוב מחמעלניק זכותו יגן עלינו; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען, אבער ער האט אלץ געשפירט עפעס א חסרון, ער האט געשפירט ווי עפעס פעלט אים, ביז אמאל האט ער זיך גע'חלומ'ט ווי עס שטייט א גרויסע לייטער, און ווי ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלונג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיך מיט אלע דיינע כוחות", און שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער געזען אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים: "דראפע דיר און האלט זיך" - איז דער הייליגער רבי.
עס וועט נישט לאנג נעמען ביז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.