שאלה אין קורצן ענין
#1 - קען מען האבן שלום בית ווען איינער איז א ברסלב'ער און דער צווייטער איז נישט?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב, שלום, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך שוין לאנג געוואלט באדאנקען אויף די שיעורים, די בריוו, און די גליונות, וואס האבן מיר אזויפיל געהאלפן אין לעבן.


איך בין א בת יחידה, צווישן צוויי ברידער. איך בין שוין 22 יאר אלט, מען האט שוין גערעדט פאר מיר אסאך שידוכים, אבער איך וויל זייער שטארק באקומען א בחור א ירא שמים וואס איז א ברסלב'ער חסיד.


איך קום נישט פון א חסידישע געזעלשאפט, איך בין אבער געווארן צוגעצויגן צו ברסלב דורך א חבר'טע, און מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם, אבער זי האט שוין חתונה געהאט פאר עטליכע יאר צוריק.


מענטשן זאגן מיר איך זאל זיך נישט עקשנ'ען דוקא אויף א ברסלב'ער בחור, און אפילו נישט דוקא אויף א חסידישער בחור, דער עיקר איז נאר ער זאל נישט זיין קיין מתנגד, און דאן וועט אים שפעטער קענען מקרב זיין צו חסידות און צו ברסלב. איך בין אבער נישט זיכער אויב עס איז טאקע אזוי, איז שייך מקרב צו זיין דעם מאן נאך די חתונה? דאס וועט דאך מאכן דאס לעבן, כאטש אין אנהויב, זייער קאמפליצירט.


און דער עיקר וויל איך וויסן אויב די שלום בית וועט נישט זיין שווער אויב ביידע זענען אזוי אנדערש איינער פונעם צווייטן? קען מען זיך אויסקומען מיט א מאן אפילו איך בין אזוי שטארק פאר ברסלב, און ער האט גארנישט מיט ברסלב, און אפשר אפילו גארנישט בכלל מיט חסידות?


איך הער נישט אויף בעטן דעם אייבערשטן איך זאל שוין זוכה זיין צו מיין ריכטיגע שידוך, איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן בקרוב און אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן מיט עצות און הדרכה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס זאלט איר וויסן, עס איז נישטא אזא זאך אז צוויי מענטשן טראכטן אייניג, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אז יעדער מענטש טראכט אנדערש פונעם צווייטן. די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה כא, ב): "כְּשֵׁם שֶׁאֵין פַּרְצוּפוֹתֵיהֶן דּוֹמִין זֶה לָזֶה, כָּךְ אֵין דַּעְתָּן שָׁוִין זֶה לָזֶה", יעדער מענטש טראכט אנדערש; דעריבער אפילו איר וועט טרעפן א ברסלב'ער חתן, ביידע פון אייך זענען ברסלב'ער - וועט איר נאכאלץ דארפן שווער ארבעטן אויף שלום בית. מיינט נישט אז וויבאלד איר זענט ברסלב און איר וועט טרעפן א ברסלב'ער חתן - קומט אטאמאטיש שלום בית; שלום בית קען מען נאר האבן אויב מען ארבעט זיך אויס די מידות, מען דארף אסאך הארעווען אויף זיך צו האבן שלום בית, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מתקן זיין די שלעכטע מידות; נאר אזוי האט מען שלום בית.


מען זאגט נאך פון צדיקים, וואו בעט מען ביים דאווענען אויף שלום בית? ביי: "וְנַפְשִׁי כְּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶה", באשפער העלף מיר איך זאל זיין ביי זיך אזוי ווי ערד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רעז) א מענטש דארף זיין ביי זיך אזוי ווי ערד, "כְּמוֹ הֶעָפָר שֶׁהַכֹּל דָּשִׁין עָלֶיהָ", אזוי ווי ערד וואס אלע טרעטן אויף איר, "וְהִיא נוֹתֶנֶת לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת", און דער ערד געבט צוריק נאר גוטס, "אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה וְזָהָב וְכֶסֶף וַאֲבָנִים טוֹבוֹת", עסן, טרינקען, זילבער, גאלד און דיימאנטן שטיינער, "הַכֹּל הָיָה מִן הֶעָפָר", אלעס קומט ארויס פון די ערד, "כְּמוֹ כֵן אַף עַל פִּי שֶׁהֵם חוֹלְקִים עָלָיו וּמְבַקְּשִׁים רָעָתוֹ אַף עַל פִּי כֵן יֵעָשֶׂה לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת, כְּמוֹ הֶעָפָר", אזוי אויך דארף א מענטש טון פאר אלע וואס טוען אים שלעכטס - נאר גוטס, אזוי ווי די ערד, דאס בעט מען: "וְנַפְשִׁי כְּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶה", איך זאל זיין ביי מיר אזוי ווי ערד; נאר אזוי קען מען האבן שלום בית, אז מען איז גרייט צו טון פאר'ן צווייטן נאר גוטס אפילו מען טרעט אויף מיר.


צווייטנס זאלט איר וויסן, שלום בית איז נישט ווען ביידע טראכטן די זעלבע, דאס איז נישט שלום. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן פ) שלום איז ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערטע מענטשן און ביידע לעבן אינאיינעם, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים. זאגט דער רבי: "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער דער צווייטער מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", וואס דאס זענען צוויי פארקערטע זאכן, וואסער לעשט אויס פייער און פייער טרוקנט אויס וואסער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", און דער אייבערשטער מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען אז דאס איז דער עיקר שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם.


איר זאגט אז איר זענט מקורב צום רבי'ן, איר זענט ברסלב, וואלט איר שוין געדארפט וויסן וואס איז דאס ברסלב; ברסלב איז שכל, ברסלב איז טראכטן פון אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן, זיין פרייליך מיט מצוות, קוקן גוט אויף אנדערע - דאס איז ברסלב, נישט מער און נישט ווייניגער; א ברסלב'ער דארף זיך קענען אן עצה געבן מיט יעדע סארט שידוך: חסידי'ש, ליטוויש, יעקיש, אשכנז'יש און ספרדי'ש.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט פאר בחורים און מיידלעך א מאמר החכם: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן, כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד", געבט אכטונג פון צייט, מען דארף היטן די צייט, ווייל עס גייט אריבער זייער שנעל. חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפן דיין שידוך; בדרך כלל איז א מענטש א בעל גאוה וכו', עס פאסט אים נישט צו נעמען שידוכים וואס מען טראגט אים אן און ער מאכט אלעס אוועק זאגנדיג: 'איך דער גרויסער חכם וועל נעמען דאס?!' 'איך דער שיינער מענטש, דער קלוגער מענטש וועל חתונה האבן מיט אזוינס?!' אזוי דריידט מען זיך ארום וכו' זוכנדיג א שידוך וואס איז נאכנישט געבוירן געווארן; מען זוכט און מען זוכט, מען גייט ארויס זיך טרעפן וכו', אלץ מיט די כוונה אז אפשר וועט מען טרעפן א כלה וואס וועט קומען צו רייטן אויף א ווייסע פערד מיט אנגעפילטע זעק מיט געלט וכו', מען ווארט עס זאל געבוירן ווערן אזא פארשוין און מען כאפט נישט אז ביז דערווייל גייט אריבער אסאך צייט, און פלוצלינג דערזעט מען זיך פארעלטערט...


ווארטס נישט אויף א ברסלב'ער, אויף א חסידי'שער.