תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב באקומען א בריוו פון די מוסדות, צו געבן געלט פאר "קמחא דפסחא" צו קענען אויסצאלן די מלמדים אויף פסח. איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'קען טאקע יוצא זיין מיט דעם דער ענין פון קמחא דפסחא, אויב איז עס פשוט צו צאלן געהאלט פאר די איינגעשטעלטע, דארף מען דאס צאלן, דאס איז נישט ווי מ'געבט פאר ארעמעלייט אויף פסח.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו ענטפערן די שאלה; וואס איז א נפקא מינה פארן ארימאן ווען מען געבט אים געלט - צי די געלט קומט אים אלס געהאלט צי דאס איז באזונדער פאר פסח? וואס זאל דיר אנגיין אז מען צאלט מיט די געלט פון קמחא דפסחא זייער געהאלט?! אז די מלמדים ווערן נישט באצאלט וואכן נאכאנאנד וואלסטו זיך זיכער געדארפט משתתף זיין אז זיי זאלן האבן אויף יום טוב; דו קוקסט באלד אויס ווי דער וואס האט גע'טענה'ט צום רב אז מען נעמט צוזאם קמחא דפסחא און מען בא'גנב'עט די ארימעלייט ווייל מען ברענגט זיי פיש און פלייש אנשטאט מעל וואס דאס איז די אפטייטש פון "קמחא דפסחא" - מעל פאר פסח...
וואויל איז דער מענטש וואס געבט צדקה, דאס וועט אים ראטעווען פון אלע גזירות רעות; בפרט אז מען העלפט ארויס ארימע משפחות זיי זאלן קענען האבן אויף יום טוב ווערט מען ניצול פון אלעם שלעכטס.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "'צְדָקָה תַּצִּיל מִמָּוֶת' רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'מַצַּת', "סְגֻלָּה לָחֳלִי נוֹפֵל רַחֲמָנָא לִצְלָן, עס איז א סגולה ניצול צו ווערן פון די מחלה פון חולי נופל אז מען געבט צדקה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קיב, ט): "פִּזַּר נָתַן לָאֶבְיוֹנִים" וואס דאס איז די רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'נֶפֶ"ל'; דאס גייט ארויף סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. אויב א מענטש האט רחמנא לצלן די מחלה פון חולי נופל זאגט דער רבי ער זאל געבן צדקה, און דאס גייט אויך ארויף ברוחניות, אז א מענטש וואס זעט אז ער האלט אין איין פאלן און וויפיל ער וויל זיין ערליך און ער נעמט זיך פאר צו טון נאר גוטע זאכן, פאלט ער צוריק צו זיינע רגילות'ן וכו', זאל ער געבן צדקה.
דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל קענען אויסצאלן אלע מלמדים און איינגעשטעלטע וואס ארבעטן מיט אזא איבערגעגעבנקייט פאר אונזערע קינדער, איך זאל קענען אויסצאלן זייער ארימע געהאלט וואס זיי פארדינען און זיי נאך קענען צו געבן באזונדער לכבוד יום טוב. הלואי זאל איך אנקומען צו קענען געבן פאר אלע מלמדים און איינגעשטעלטע באזונדער פאר יום טוב, הלואי זאל איך זיי קענען צאלן צייטלעך, אבער וואס זאל איך טון אז נישט אלע עלטערן צאלן שכר לימוד. עס ליגט אויף מיר א שווערע לאסט צו שאפן געלט פאר זיי וועכנטליך; געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן נישט קיין שטיצע פון אינדרויסן דארפן מיר זיך ווענדן צום אייבערשטן, און וואונדער איבער וואונדער, שוין ניין יאר - פון שנת תש"ע זייט די מוסד שטייט – האט דער אייבערשטער געהאלפן אז מיר האבן געקענט אויסצאלן די מלמדים אויף פסח נאר דורך תפלה פון אלע קינדער וואס בעטן יעדן טאג מיט די מלמדים פאר די מוסד אז מען זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע.
איך האף דו האסט זיך משתתף געווען און דו האסט נישט געלאזט די מלמדים אויסגיין ביז'ן באקומען די תשובה.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח אין ירושלים - (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
א פרייליכן יום טוב.