תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך הער צו די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, עס געבט מיר אסאך חיזוק, איך וויל אבער בעטן ספעציעל חיזוק פאר מיר.
איך שעם זיך צו שרייבן, איך האב אבער נישט קיין אנדערע ברירה, איך דארף וויכטיג הילף. דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך פאל אסאך אראפ אינעם אינטערנעט, און איך קען זיך נישט העלפן, איך וויל זיין אן ערליכער איד אבער עס גייט מיר נישט, איך פאל כסדר נאכאמאל אראפ אין שלעכטע און שמוציגע עבירות רחמנא ליצלן.
איך שרייב דעם בריוו מיט טרערן אין די אויגן, איך וויל נישט פאלן מיר, איך וויל זיין א פשוטער ערליכער איד. ברוך ה' אז אין זכות פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א זאג איך ח"י פרקים משניות און א דף גמרא יעדן טאג שוין א לאנגע צייט, איך שפיר אבער אז איך קען מער נישט אזוי אנגיין.
איך שפיר זיך ווי א פאלשער מענטש, מען קוקט מיך אן ווי א חשובער בחור, ווי א מצוין, אין די צייט וואס איך אליין ווייס אבער דעם אמת, פון אינעווייניג בין איך דורכגעפוילט, ווי לאנג נאך וועל איך זיך מוטשען און פארברענגען מיינע יארן מיט נארישקייטן?
וואס קען שוין ווערן פון מיר, נאכדעם וואס איך בין שוין אזויפיל מאל אראפגעפאלן? עס רינען טרערן פון מיינע אויגן, איך שפיר זיך ווי אין כף הקלע, מען ווארפט מיר פון איין עק וועלט צום אנדערן, איין מינוט וויל איך זיין ערליך און הייליג און די אנדערע מינוט בין איך פונקט דאס פארקערטע, איך פאל אין טומאה רחמנא ליצלן.
יישר כח פאר די חיזוק ביז אהער, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן און מחזק זיין אויף ווייטער, און אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אויך מתפלל זיין פאר מיר.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות כסדרן, הייב אן פון אנהייב און זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות ביז די ביסט מסיים ששה סדרי משנה, און נאכדעם הייב אן נאכאמאל, אזוי זאלסטו טון אלע דיינע טעג. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "נכספתי מאד להמשיך את העולם אל עשיה", איך גליסט זייער אריינצוברענגען אין מענטשן זאלן טון למעשה אין עבודת השם, "שיהיה חיוב אצל כל אחד ואחד ללמוד כך וכך בכל יום ולא יעבור וכיוצא", אז אלע זאלן האבן א סדר יעדן טאג צו לערנען תורה מיט א באשטימטקייט, זאל זיין וואס זאל זיין; מוהרא"ש זאגט, ווען דער רבי האט גערעדט פון די עצה אז אויב מען מאכט א קביעות צו לערנען כך וכך קען מען ארויסגיין פון די בלאטע, פון די טומאה, האט דער רבי געמיינט די לימוד פון אכצן פרקים משניות, אז דער וואס וועט זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות וועט די הייליגע תורה, די הייליגע משניות - אים מאכן פאר אן ערליכער איד, ער וועט אפלאזן די שלעכטס וואס ער איז צוגעוואוינט צו טון.
טייערער ברודער לאז זיך נישט צעברעכן, האלט אן דאס זאגן אכצן פרקים משניות. און אז דו זעסט ווי דו פאלסט צוריק, דו שפירסט ווי דו ביסט אין כף הקלע, איין מינוט ווילסטו זיין גוט און די צווייטע מינוט פאלסטו אין די טומאה, אין די בלאטע - זאלסטו אבער גלייבן אין וואס דער רבי זאגט דארט, אז: "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
אויך זאלסטו זוכן א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו גיין און זיך אויסשמועסן דיין הארץ מיטן אייבערשטן, זיי זיך מתוודה צו אים, זאג אים ווי שטארק די ווילסט זיין גוט און ווי שווער עס גייט דיר, וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין אלע דיינע עבירות.
וויסן זאלסטו, דער עיקר תשובה איז וידוי דברים, דערציילן דעם אייבערשטן וואס מען האט געטון, און אים זאגן אז מען האט חרטה, מען וויל נישט טון די זאכן. דער רמב"ם פסק'נט (פרק א' מהלכות תשובה, הלכה א), ווען מען האט געזינדיגט און מען וויל תשובה טון זאל מען זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ וְעָשִֹיתִי כָּךְ וָכָךְ, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיך אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון - דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיךְ בְּעִנְיָן זֶה הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך צו מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.
טייערער ליבער ברודער, לאז זיך נישט נאך, בלייב שטארק, קום צוריק צום אייבערשטן, און אפילו דו זעסט ווי מען ווארפט דיך אראפ זאלסטו נאכאמאל צוריק קומען צו אים, ווייל תשובה איז אזוי שטארק אז אפילו א מענטש זאל טון אן א שיעור עבירות, אויב קערט ער זיך צוריק, ער זאגט פארן אייבערשטן: "איך גיי מער נישט זינדיגן", דעמאלט איז אים דער אייבערשטער מוחל; וואויל איז דיר אז דו ווילסט פאררעכטן דיינע מעשים, דו ווילסט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.