שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך קען מען נישט בעטן דעם אייבערשטן אויף געזונטע קינדער, וואס טו איך?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ווי איר דערציילט ביי א שיעור וועגן א פרוי וואס די דאקטורים האבן איר געזאגט אז זי גייט האבן א נישט געזונט קינד ל"ע, און זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט איר געהאלפן אז דאס קינד איז געווען געזונט און שטארק ברוך ה'.


מיט דריי יאר צוריק האבן די דאקטורים אויך מיר געזאגט אז איך גיי האבן א נישט געזונט קינד, פאר פינף חדשים האב איך געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן אז דאס קינד זאל זיין געזונט, איך האב געקענט גאנץ תהלים פון אויסווייניג, אבער למעשה איז געבוירן געווארן א נישט געזונט קינד, וואס איז אוועק נאך דריי חדשים. זייט דעמאלט קען איך ממש נישט עפענען א סידור, איך פרוביר צו בעטן דעם אייבערשטן מיט מיינע אייגענע ווערטער, איך קען אבער נישט דאווענען אין א סידור.


יעצט ווארט איך נאכאמאל א קינד ברוך ה', מיין מאן בעט מיר אז איך זאל דאווענען און מתפלל זיין, איך שפיר אבער אז איך בין פארמאכט און איך קען ממש נישט בעטן. אמאל אמאל זאג איך א תחינה ביי ליכט צינדען וכדומה, צומאל אויך מיט מיינע אייגענע ווערטער, איך שפיר אבער אז איך בין ממש פארשטאפט און איך קען נישט עפענען מיין מויל געהעריג צו בעטן דעם אייבערשטן. וואס טו איך?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל אייך טרייסטן איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה פשוטה; נעמט אריין אין זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער, און וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. יעצט אז איר ווארט וכו' זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אז איר זאלט זוכה זיין צו א געזונט קינד.


מען טאר נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן; מיינט נישט אז אייערע תפילות זענען נישט אנגענומען געווארן, עס איז נישט דא אזא זאך, קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן, דער אייבערשטער נעמט די אלע תפילות און ברענגט ישועות פארן מענטש אויף אן אנדערע אויפן ווי אזוי דער מענטש האט זיך פארגעשטעלט.


עס איז זייער שווער צו טרייסטן א מאמע ווען זי האט פארלוירן איר קינד, עס איז נישט דא אויף דעם קיין טרייסט ווערטער; דער נביא זאגט (ישעיהו מט, טו): "הֲתִשְׁכַּח אִשָּׁה עוּלָהּ מֵרַחֵם בֶּן בִּטְנָהּ?" קען דען א מאמע פארגעסן פון איר קינד? אבער איין זאך דארפן מיר וויסן: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט"; מיר דארפן איין זאך שטענדיג חזר'ן: "מיר ווייסן גארנישט"; דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און "אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא (דברים לב, ד)", אויסער דעם ווייסן מיר גארנישט.


מען זעט ביי דוד המלך (שמואל-ב, יב), ווען זיין זון איז קראנק געווארן האט ער געפאסט און זיך נישט געלייגט אין בעט שלאפן. ער איז געשלאפן אויף דער ערד, און וויפיל מען האט אים געוואלט טרייסטן האט ער זיך נישט געלאזט; ער האט נישט געוואלט מיט עסן מיט זיינע באדינער, ער האט געהאלטן אין איין דאווענען צום אייבערשטן אויף זיין קינד, און למעשה איז זיין קינד נעבעך געשטארבן.


ווען דער קינד איז געשטארבן האבן די באדינער מורא געהאט דאס צו דערציילן פארן קעניג, זיי האבן געטראכט: 'מה-דאך ווען דאס קינד האט געלעבט, ער איז נישט געזונט געווען האט דוד המלך זיך נישט געלאזט טרייסטן, וואס וועט שוין זיין יעצט ווען ער וועט הערן אז דאס קינד איז געשטארבן?!' ווען דוד המלך האט געזען ווי זיי שושקען זיך, האט ער זיי געפרעגט צי דער קינד לעבט נאך, האבן זיי אים געזאגט אז דער קינד איז געשטארבן, האט זיך דוד המלך גלייך אויסגעטון זיין זאק און ער האט זיך געזעצט אויף זיין שטיל און געבעטן מען זאל אים ברענגען עסן; זיינע קנעכט האבן דאס נישט פארשטאנען, זיי האבן אים געפרעגט: "מָה הַדָּבָר הַזֶּה אֲשֶׁר עָשִׂיתָה?" וואס גייט דא פאר, "בַּעֲבוּר הַיֶּלֶד חַי, צַמְתָּ וַתֵּבְךְּ, וְכַאֲשֶׁר מֵת הַיֶּלֶד, קַמְתָּ וַתֹּאכַל לָחֶם?" ווען דיין קינד איז געווען נישט געזונט און ער האט נאך געלעבט האסטו געפאסט און געוויינט, און יעצט ווען ער איז געשטארבן שטייסטו אויף פון דער ערד און דו עסט א סעודה?! האט זיי דוד המלך געענטפערט: "וַיֹּאמֶר: בְּעוֹד הַיֶּלֶד חַי, צַמְתִּי וָאֶבְכֶּה, כִּי אָמַרְתִּי מִי יוֹדֵעַ וְחַנַּנִי ה' וְחַי הַיָּלֶד, וְעַתָּה מֵת, לָמָּה זֶּה אֲנִי צָם הַאוּכַל לַהֲשִׁיבוֹ, עוֹד,  אֲנִי הֹלֵךְ אֵלָיו, וְהוּא לֹא יָשׁוּב אֵלָי", ווען מיין קינד האט נאך געלעבט, האב איך געטראכט אז איך וועל בעטן דעם אייבערשטן, אפשר וועט דער אייבערשטער מיר העלפן, אבער יעצט אז ער איז געשטארבן, ווייס איך אז עס איז א גזירה פונעם אייבערשטן, און איך קען אים שוין נישט צוריק ברענגען צו מיר.


שטארקט אייך און דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.