בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
ביים שבת טיש זאלסטו רעדן צו דיינע קינדער פון גרויס ביז קליין - פון אמונת חכמים. א איד קען מען נאר זיין אויב מען האט א מורה דרך, א וועג ווייזער אן ערליכער איד וועם מען פרעגט יעדע זאך וואס צו טון.
זאג זיי די ווערטער: "מיין מורה דרך, מיין וועג ווייזער - איז דער ראש ישיבה; איך פרעג אים יעדע זאך. ענק דארפן נישט דוקא נעמען דעם ראש ישיבה פאר ענקער וועג ווייזער, אבער דאס מוזן ענק יא טון, ענק מוזן האבן א מורה דרך, ענק מוזן זיין באהאפטן צו אן ערליכער איד און אים אלעס פרעגן, און אים נאכגיין, צי איך פארשטיי יא אדער נישט".
איך שרייב דיר דאס ווייל איך שפיר אז דיין זון ... נרו יאיר האט נישט קיין וועג ווייזער. ער דריידט זיך דא אין שטעטל, ער דאווענט דא, ער טוט אלעס דא, עס קען אפשר זיך דאכטן ווי ער האט א וועג ווייזער, אבער מיר פרעגט ער נישט גארנישט וואס צו טון.
פארשטיי גוט וואס איך וויל, איך וויל ער זאל זיין אן ערליכער איד און אויפשטעלן א ערליכע שטוב. נישט דוקא ער זאל קומען צו מיר.
הער א מעשה, דא אין ישיבה האט געלערנט ..., איך האב זיך אזוי געפארעט מיט אים, "כַּאֲשֶׁר יִשָּׂא הָאֹמֵן אֶת הַיֹּנֵק" (במדבר יא, יב), איך האב געמאכט א שידוך, אים חתונה געמאכט און פרובירט אים צו העלפן האבן שלום בית.
ויהי היום, זיין ווייב וויינט צו מיר אז ער פירט זיך נישט אויף צו איר ווי א איד דארף זיך צו פירן (שיין גערעדט), האב איך אים גערופן און גערעדט צו אים זייער שארף, איך האב אים געזאגט: "דו וועסט פארלירן דיין ווייב!" "אזוי פירסטו זיך אויף וכו'?!" בקיצור, ער האט זיך באליידיגט און מער נישט געקומען, ער האט זיך אנגעהויבן דרייען ביי ...
קומען צו מיר די בחורים דערציילן: "דער ראש ישיבה האט געהערט? ער דרייט זיך היינט ביי ...", די בחורים האבן געוואלט הערן וואס איך וועל רעאגירן. זאג איך זיי: "הלוואי, איך בעט דעם באשעפער אז מיין ארבעט זאל נישט גיין לריק; הלוואי זאל ער זיך מדבק זיין ביי ..., הלוואי זאל ער אים פרעגן אלעס און אים פאלגן, ער פירט א הערליכע טיש , ער רעדט נאר וואס מוהרא"ש האט גערעדט, נאר וואס דען, איך זאג דיר עבדא בהפקירא ניחא ליה, ער דריידט זיך דארט, אבער ער פרעגט נישט און פאלגט נישט".
וכך הי' המעשה, אביסל שפעטער איז ארויסגעקומען די מעשה, ער האט זיך נעבעך גע'געט, צעבראכן זיין שטוב. פאר מיר איז דאס געווען א שטעך אין הארץ; אזויפיל ארבעט האב איך אריינגעלייגט און אלעס איז צעפאלן.
איך האב רחמנות אויף דיר און אויף דיינע קינדער, זאלסטו דאס אריינלייגן אין זיי, נאר דאס; אנשטאט זיי געבן מוסר "פארוואס טוסטו אזוי?" "פארוואס מאכסטו אזוי?" זאלסטו זיך קאנצעטרירן אויף איין זאך, זאגט די ווערטער: "פרעג דיין מורה דרך", "א איד דארף האבן א מורה דרך"; מיין מורה דרך איז דער און דער, דאס מיינט נישט אז דער דאקטער איז פאר דיר א דאקטער, אבער א דאקטער דארפסטו האבן, א דאקטער מוז מען האבן.
אפילו דיינע חתונה געהאטע קינדער, זין און טעכטער, זאלסטו זיי אלץ זאגן און שטארקן און פרעגן: "האסט א מורה דרך?" "האסט אים געפרעגט אויב דו זאלסט דאס און דאס טון?" "האסט זיך דורכגעשמועסט אויב דו זאלסט זיך אזוי און אזוי אנטון?"
געב א קוק ווי די וועלט גייט, ווי אזוי מענטשן פירן זיך, עס איז אזוי שרעקעדיג, עס איז אזוי ווי א שיף וואס פארט אוועק פונעם ריכטיגן וועג, און נאר דער וואס איז צוגעקלעבט צו א צדיק - דער בלייבט אויפ'ן ריכטיגן וועג.
אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו; מוהרא"ש האט אונז דאס געלערנט, מיר זאלן מחזק זיין און מחנך זיין די קינדער צו זיין דבוק אין ערליכע אידן.