בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין ליבער טייערער הארציגער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
געב אכטונג אויף דיין זון נרו יאיר, און אז דו דארפסט אים עפעס פאררעכטן, מוסר'ן - זאלסטו עס טון איידל. דיין זון איז זייער הייקל, ער איז זייער איידל, מען דארף אויף אים זייער אכטונג געבן. עס שטייט (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ, גַּם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה", מען דארף מחנך זיין קינדער "עַל פִּי דַרְכּוֹ" – לויט זיין וועג; יעדעס קינד האט זיין נאטור, זיין מח, זיין וועג - ווי אזוי ער וואקסט, מען דארף גיין מיט יעדן איינעם אויף זיין וועג; מיט דעם קינד דארפסטו זיך אפגעבן זייער איידל, לויט זיין וועג.
דאס וואס ער זאגט: "איך בין א גוי וכו'" - דאס קומט פון צעבראכנקייט, אויב ער זאגט עס נאכאמאל זאלסטו אים זאגן זייער איידל מיט א שמייכל: "חס ושלום, דו ביסט נישט קיין גוי דו ביסט א איד, א איד קען נישט ווערן אויס איד, א איד בלייבט א איד בזה ובבא, א איד איז א חלק אלוקי ממעל", זאג אים: "טאטי האט דיך זייער ליב, דו ביסט מיר זייער טייער, דו ביסט א איד און דו בלייבסט א איד".
בנוגע וואס צו טון ביים שבת טיש ווען אלע ארום כאפן ציפעס וכו'; וויסן זאלסטו, א קינד וואס אלע שכנים ביים טיש כאפן פון אים - דארף מען מיט חכמה אויסשטעלן די פלעצער עס זאל זיין דאס בעסטע וואס קען זיין, אדער נעמט מען אים נעבן זיך און מען געבט אים די כבוד, אדער מאכט מען אים פאר דער גבאי וכו'; צום ביישפיל, ער גייט טיילן די טרינקען פאר די יונגערע געשוויסטער, מען געבט כבוד און מען באשעפטיגט אים.
אויך אין חדר, אז דער מלמד זעט א קינד וואס קאכט אין אים א פייער און די ארומיגע ווערן געשטערט, דארף מען אים געבן א גבאות, אדער אים זעצן אויבן אן און געבן אויפמערקזאמקייט און אים אויפבויען, ביז ער וועט אויפוואקסן ערליך און געזונט.
והעיקר זאלסטו יעדן טאג מתפלל זיין פאר דיינע קינדער. מוהרא"ש חזר'ט אין די בריוון א מעשה מיט א ברסלב'ער חסיד וואס האט געהאט זייער טייערע געראטענע קינדער, און ווען איינער האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו אזעלכע וואוילע קינדער, אלע אזוי געראטן?" האט ער אלעמען געענטפערט מיט א לשון: "וואס מיינט איר, קינדער זענען עפעלעך וואס מען רייסט אראפ פון בוים? איך האב אסאך געוויינט צום אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן".
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.