בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
יעצט ווען ענק שיקן אייער טאכטער תחי' אין מיידל קעמפ - זאלן ענק זאגן תהלים יעדן טאג מיט טרערן, אז זי זאל אהיים קומען פון קעמפ מיט יראת שמים, ווייל אסאך עלטערן פארלירן די טעכטער אין 'מיידל קעמפ'.
עלטערן דארפן בעטן יעדן טאג פאר די קינדער און באזונדער פאר די טעכטער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך מיט יראת שמים. די הייליגע חכמים זאגן (מדרש תנחומא נשא, י): "'וְיִשְׁמְרֶךָ' בְּבָנוֹת", טעכטער דארפן מער שמירה צו בלייבן מיט יראת שמים; בעט דעם אייבערשטן פאר יעדן קינד באזונדער, די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד", עס איז געווען א כהן, זייער אן ערליכער איד, ער האט געהאט צען קינדער, זעקס זין און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים", ער פלעגט יעדן טאג זיך אראפווארפן אויף דער ערד, וויינען און בעטן דעם אייבערשטן, "וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר", ער פלעגט אויפלעקן דער ערד מיט זיין צינג (דאס איז אן אויסדריק ווי איינער פארפירט און וויל עפעס פועל'ן) - "כְּדֵי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און קיינער זאל נישט צוקומען צו קיין עבירות, און מען דערציילט אויף אים, עס איז נישט אריבער קיין סאך צייט, נאך א קורצע צייט, ווען עזרא הסופר צוריק געברענגט אלע אידן קיין ארץ ישראל און אויפגעבויט דעם בית המקדש, און דער איד איז אויך געווען פון די וואס זענען צוריק געגאנגען קיין ירושלים, מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען אז די עצה פאר ערליכע דורות איז תפילה – בעטן דעם אייבערשטן פאר יעדן קינד באזונדער זיי זאלן אלע וואקסן ערליך און הייליג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.