בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל
זייער גוט האסטו געטון אז דו ביסט אוועק געגאנגען פון די ארבעט צוליב דעם וואס מען רעדט ניבול פה רחמנא לצלן, געוואלד און געשריגן, מען באקט די הייליגע מצה און מען רעדט ניבול פה ביים וועלגערן, רעדלען די הייליגע מצה. א וואונדער אז קיינער זאגט נישט גארנישט, מען פארקויפט די מצות אלס "מצה שמורה". דער הייליגער רבי זאגט: "מצה שמורה איז שמירת הברית, שמירת המח", דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה) חמץ איז: "קּוֹל פָּגוּם, חָכְמָה פְּגוּמָה", רעדן און טראכטן שמוציג, און מצה איז: "קוֹל טוֹב, חָכְמָה טוֹבָה".
האב נישט קיין דאגות, זארג נישט, וועסט טרעפן א גרינגע פרנסה און א ריינע פרנסה.
יעצט אז דו פארציילסט מיר וואס גייט פאר ביי די מצה בעקעריי, ווי מען רעדט ביי די הייליגע מצות ניבול פה, וויל איך אזוי שטארק האבן די ברסלב'ע מצה בעקעריי, וואו מען רעדט נאר פון אמונה, און מעשיות פון תפילה, און מען איז זיך מתבודד.