בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר, חבר הנהלת קהילת היכל הקודש
איך וויל זייער מען זאל אוועק שטעלן אויף יעדע גאס אין שטעטל כאטשיג איין קאמערע וואס קען אפכאפן יעדע קאר וואס פארט אריבער און ליינען די נומערן פון די לייסענס, אין פאל אז אויב עפעס שלעכטס פאסירט חס ושלום, זאל מען קענען נאכגיין און דאס אפשטעלן.
עס איז געווען די זומער, א קאר האט זיך אפגעשטעלט פרייטאג צו נאכטס און א באנדע שקצים זענען באפאלן א פרוי, זי האט אזוי געשריגן צום אייבערשטן אז א נס איז געשען, זיי זענען אנטלאפן, און דאס האט אויסגעקלאפט אויף די קינדער, עס האט זיי אריינגעווארפן אין א איבערגעטריבענע שרעק השם ישמרינו, נישט צו וועלן ארויסגיין א טריט פון שטוב. אויך האב איך געהערט פון עטליכע משפחות אז עס איז דא גנבים וואס גנב'ענען פאסט; ביינאכט פארן זיי ארום באקוקן די פאסט קעסטלעך, אויך פאר די וואס פארן שנעל און לייגן אונזערע קינדער אין א סכנה.
דו פרעגסט מיר כסדר וואס איז די ארבעט פון די הנהלה, וואס דארפן ענק טון? דאס איז איינע פון די פליכטן פון די הנהלה, זארגן פאר די וואוילזיין פון די קהילה.
גיי יעדן טאג א שפאציר צווישן די גראז, הייב אויף דיינע הענט און דיינע אויגן צום הימל און זאג אפאר ווערטער, זאג אויף דיין מאמע לשון: "הייליגער באשעפער העלף מיר, האב אויף מיר רחמנות, די לעבן גייט מיר אריבער מיט אזעלכע שטותים, איך פארגעס פון דיר, איך טראכט פון נארישקייטן, העלף מיר איך זאל נישט מסיח דעת זיין פון דיר רבונו של עולם".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.