בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויב מען איז פרייליך האט מען שוין ממילא אלצדינג
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט אז דער עיקר זאל א מענטש בעטן דעם אייבערשטן אויף 'שמחה', ווייל אויב מען איז פרייליך האט מען שוין ממילא אלצדינג. א פרייליכער מענטש דארף גארנישט, ער איז מלא שמחה מיט וואס ער האט יא און ער קוקט שטענדיג אויף דאס וואס ער האט יא. אבער ווען מען איז נישט פרייליך זעט מען שטענדיג וואס מען האט נישט; אפילו מען זאל האבן כל טוב רעדט מען זיך ווייטער אפ און מען איז נישט צופרידן.


דעריבער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיין פאזעטיוו און פרייליך, איך שיק דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן. שכוח אייבערשטער פאר אלעס גוטס וואס דו טוסט מיט מיר, איך האב אזויפיל גוטס; איך האב אזא טייערע משפחה, אזא גוטע טאטע מאמע. שכוח אייבערשטער אז יעדער אין די משפחה איז געזונט און שטארק, שכוח אייבערשטער אז איך לערן אין 'בית פיגא' - די הייליגע ברסלב'ע סקול וואו מען לערנט מיט מיר די ריינע אמונה, איך זאל וויסן אז: "אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס"; מיינע טיטשערס חזר'ן שטענדיג מיט אונז אז מיר זאלן בעטן דעם אייבערשטער אויף אלעס וואס מיר דארפן.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל שטענדיג זיין פרייליך, איך זאל זען דאס גוטס וואס דו געבסט מיר און איך זאל אנערקענען ווי רייך איך בין; איך האב אויגן צו זען, אויערן צו הערן, א נאז צו אטעמען און שמעקן, און א מויל צו עסן און רעדן, געזונטע הענט און געזונטע פיס, ווי גליקליך בין איך! איך דאנק דיר פאר דעם אלעס.


הייליגער באשפער העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף א צווייטן און איך זאל נישט מקנא זיין א צווייטן, נאר איך זאל זיין צופרידן מיט וואס איך האב און איך זאל קוקן גוט אויף יעדן איינעם. ווען איך זע ווי מיין חבר'טע האט עפעס א שיינע קלייד זאל איך מיר פרייען פאר איר, אזוי אויך ווען איך זע אז מיין שוועסטער איז מצליח זאל איך מיר פרייען פאר איר און איך זאל איר פארגינען. איך בעט דיר אייבערשטער נעם ארויס פון מיר מיינע שלעכטע מידות וואס ליגט אין מיר; פארוואס באדערט מיר ווען עס גייט גוט פאר א צווייטן? פארוואס מאך איך אוועק ווען מיין שוועסטער זאגט עפעס? פארוואס לאך איך פון מיין חבר'טע? העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פאזעטיוו".


אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף שמחה וועסטו זיין די גליקליכסטע אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.