בעזרת ה' יתברך - יום א', י"ג תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
האסט געקויפט עפעס א שיינע מתנה פאר דיין ווייב? קויף א שיינע זאך פאר דיין ווייב לכבוד יום טוב, און געב איר אפאר דאלער זי זאל זיך קענען קויפן קליידער וכדומה, און בעיקר זאלסט העלפן אין שטוב מיט די קינדער; ווארט נישט עס זאל זיך צערייסן חס ושלום אירע נערוון, איינמאל נערוון צערייסן זיך - איז שוין ביטער, העלף איר מיט די קינדער, מאך עס מיט שמחה.
אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט קארגן אויף מצוות, קויף די שענסטע ד' מינים און קויף פאר דיינע קינדער ד' מינים; קרעכץ נישט ווען עס קומט צו טון מצוות, עס זאל דיר נישט באנק טון אז די יום טוב קאסט געלט, פאר אלעס איז דא געלט; פאר א קאר, פאר א הויז, פאר מעבל, פאר שיינע זאכן, און אז מיר האבן די זכיה צו קענען טון די מצוות פונעם אייבערשטן - דארף מען זיך פרייען און מיט די גאנצע הארץ אויסגעבן געלט.
מען קען זען אין די בריוו ווי מוהרא"ש שרייבט פאר די וואס ברענגען אים אן אתרוג, מען האט געוואלט ברענגען מתנות, שרייבט מוהרא"ש אז פאר א מצוה דארף מען באצאלן. אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (שמות, קכח.) אויפן פסוק (שמות כה, ב): "'וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ תִּקְחוּ אֶת תְּרוּמָתִי', הַאי מַאן דְּבָעֵי לְאִשְׁתַּדְּלָא בְּמִצְוָה, וּלְאִשְׁתַּדְּלָא בֵּיהּ בְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, אִצְטְרִיךְ דְּלָא יִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ בְּרֵיקָנַיָּיא וּבְמַגָּנָא, אֶלָּא אִצְטְרִיךְ לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאִשְׁתַּדְּלָא בֵּיהּ כַּדְקָא יֵאוֹת כְּפוּם חֵילֵיהּ", ווען א מענטש טוט א מצוה דארף מען באצאלן געלט פאר די מצוה, דורכדעם איז מען זוכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, עיין שם.
מאך א שיינע סוכה, באציר עס מיט די שענסטע נוי סוכה, לייג אריין דיין הארץ אין די מצוות; דיינע קינדער וועלן דאס נאכמאכן, זיי וועלן אויך מאכן שיינע סוכות. טראכט וואס וועט זיין אין יאר תת"ו, אין צוואנציג יאר ארום ווען עס וועלן זיין שווערע נסיונות. געב א גוטע חינוך פאר דיינע קינדער, ווייז זיי אז יום טוב איז די שענסטע זאך פאר דיר, וועלן זיי זיין גוטע ערליכע פרומע אידן.
והעיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הטעימנו נא טעם סוכה, רבונו של עולם געב מיר א טעם אין די סוכה. רבונו של עולם, העלף מיר אז די הייליגע אושפיזין זאלן קומען צו מיר אין די סוכה, רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין א גאנץ יאר ארומגענומען מיט די שכינה הקדושה".דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.