בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויסלערנען די קינדער צו גיין אנגעטון איידל און שיין
צניעות, חינוך הילדים, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ד סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת לעזער תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל בעטן מען זאל פאררעכטן אין בית פיגא, מען זאל קומען מיט איידעלע סקוירטס; נישט קומען מיט דענים, און אויך נישט וואס זעט אויס ווי דענים.


די סיבה פארוואס מיר מאכן נישט קיין יוניפארם איז טאקע פאר דעם, מען זאל אויסלערנען די קינדער ווי אזוי צו גיין אנגעטון איידל און שיין, אבער אז די קינדער קומען מיט די פראסטע קליידער - איז שוין ענדערש צוריק מאכן יוניפארם.


איך בעט זייער די מנהלת זאל שטיין אויף דעם, און אז קינדער קומען נישט איידל - זאל מען זיי זאגן אז דאס איז נישט אידישע קליידער, און אריינלייגן א טעם, זיי זאלן ליב האבן איידלקייט.


די סיבה פארוואס איך קום נישט לעצטנס אין סקול איז ווייל די טיטשערס פון די קלאסן, די סעקריטעריס און די בעביסיטערס - אלעס ווערט צעפארן, אלע לויפן נאך; אויף אזא אופן איז נישט שייך מער צו קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.