בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד די תלמידות פון מחנה "בית פיגא" ברסלב, שתחיו.
איך בעט ענק זייער עטץ זאלטס אכטונג געבן אויף די געלט פונעם מוסד; געדענקט אז יעדע פרוטה פונעם מוסד געהערט פארן רבי'ן, דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט שאדן מאכן קיין איין פרוטה. ווען ענק גייען ארויס פון באנק דארף מען פארמאכן די לעקטער מיט די ערקאנדישן, און ווען מען ענדיגט עסן לייגט מען אוועק די מילך און אלע זאכן וואס דארפן ליגן אין פרידזשידער כדי עס זאל נישט פארדארבן ווערן און גיין לאיבוד.
עטץ קענטס זיך נישט פארשטעלן וואספארא נחת איך האב פון ענק ווען איך הער צוריק גוטע גריסן ווי שיין ענק פירן זיך אויף; בעיקר ווי עטץ געבטס אכטונג אויף א צווייטע מיידל'ס געפילן. מען קריגט זיך נישט, מען מאכט נישט חוזק פון א צווייטן און מען בארעדט נישט א צווייטן. אלע שמועסן זענען פאזעטיוו, געשמאק, שיין און אנגענעם.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ט.): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד - בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך מיט א צווייטן אזוי פירט מען זיך מיט אים; אז ענק וועלן אכטונג געבן אויף א צווייטן וועט דער אייבערשטער אכטונג געבן אויף ענק.
ווען ענק האבן אביסל צייט זאלט עטץ זאגן תהילים; יעצט אין קעמפ איז אזוי געשמאק צו זיצן אויפן פעלד צווישן די גראז מיט א תהילים און זינגען צום אייבערשטן.
ענק ווייסן אודאי די מעשה מיטן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קסג), ווען דער רבי האט געוואוינט אין זלאטיפאליע איז ער אמאל געגאנגען שפאצירן מיט זיין טאכטער שרה, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי איר געזאגט: "ווען דו וואלסט ווען זוכה געווען צו הערן דאס געזאנג פון די גראז, ווי יעדע גראז זינגט און לויבט דעם אייבערשטן, ווי גוט און ווי איינגענעם איז צו הערן ווי זיי זינגען זייערע לידער"; מיר הערן נישט ווי די גראז זינגען אבער מיר שפירן אז עס איז עפעס אנדערש ווען מיר געפונען זיך צווישן זיי, עס רעדט זיך מער צום אייבערשטן.
דעריבער בעט איך ענק אלע טייערע תלמידות שתחיו, ווען ענק האבן צייט זיצטס צווישן די גראז מיט א תהילים און זינגטס צום אייבערשטן; יעדע קאפיטל תהילים וואס מען זאגט ווערט אוועק געלייגט פארן מענטש און פאר זיינע דורות, דאס ברענגט אלע ישועות און אלע ברכות.
א גרויסן יישר כח פאר ענק אלעמען באזונדער פארן זיך אויפפירן מיט אחדות און ליבשאפט איינער צום צווייטן, אין דעם זכות זאלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות און משיח וועט אונז טראגן קיין ירושלים, אמן.