בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי
איך באקום כסדר גרוסן אז דו לערנסט פלייסיג, איך באקום גרוסן אז דו לערנסט פארטאגס; איך דאנק דעם אייבערשטן יעדעס מאל איך הער גוטע גרוסן אז דו לערנסט פלייסיג.
יעצט איז די שענסטע יארן, די ימי הבחרות; אין די יונגע יארן נאך די חתונה - קען מען לערנען מיט התמדה רבה, זוכה זיין צו תורה בטהרה.
גיי אביסל התבודדות צווישן די ביימער, כאפ זיך אריין צווישן די פעלדער און וועלדער, שמועס מיט'ן אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד. תפילה והתבודדות לייטערט אויס דעם מענטש, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן מיט א שטארקע דביקות.
דו וואוינסט אין א ריינע פלאץ, די שטעטל איז דאך ריין, עס איז א מחי'; אז מען נוצט די עצות פון רבי'ן איז א גן עדן דארט צו וואוינען.
פון דיין טאטע.