בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט ביתר שאת וביתר עוז, בפרט די קינדער ביכלעך; דארט זאלסטו אריינלייגן אסאך כוחות, ווייל דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן לאזן וויסן פאר די קינדער וואס דא האט זיך געטון; מען דארף אסאך טון מיט די קינדער, אריינפרעגלען אמונה און קדושה אין זיי, דורכדעם שפארט מען איין אסאך עגמת נפש.
די וואך לייג די מעשה פון דעם צדיק רבי מענדל פוטערפאס זכרונו לברכה, ווי ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט און פארטריבן געווארן אין גלות סיביר.
"גיי נישט! גיי נישט!" האבן אלע אויסגעשריגן... עס איז סכנת נפשות...!
די קליינע מיידל גייט, אלע שרייען: "וואס טוסטו? דו וועסט אראפפאלן!"
געווען איז דאס מיט יארן צוריק אין סיביר וואו מען האט פארטריבן די אידן אין גלות סיביר, די קאמוניסטן ימח שמם האבן געזוכט די ערליכע אידן.
רבי מענדל פוטערפאס איז דארט אויך פארטריבן געווארן, ער האט זיך מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן און פאר די תורה. נאך לאנגע יארן איז ער אנגעקומען קיין אמעריקע, און ווען מען האט אים געפרעגט: "רבי מענדל, ווי אזוי האט איר זיך געקענט דערהאלטן? וואס האט אייך געגעבן שטארקקייט? פלעגט ער זאגן: "די קליין מיידל וואס איז ארויף אויפן שטריק, אריבער די צוויי בערג - דאס האט מיך געטראגן אלע שווערע יארן", און ער דערציילט:
דארט וואו מיר זענען געווען איז געווען אויסגעצויגן א שטריק צווישן צוויי בערג העכער א גרויסער טאל, ויהי היום איין טאג קומט איינער און רופט אויס: "ווער וויל זען ווי איך וועל אריבערשפאצירן אויפן שטריק העכער די טאל?" ער קריכט ארויף און גייט אריבער די שטריק, א טייל קוקן און שרייען פאר שרעק, א טייל קענען נישט קוקן, זיי ציטערן, אפשר וועט ער אראפפאלן, א טייל פאטשן, און ווען ער האט געענדיגט אריבערגיין צום צווייטן בארג, רופט ער אויס הויך:
"ווער וויל קומען אויף מיין אקסל און אריבערגיין די שטריק פון איין בארג צום צווייטן?" און פלוצלונג זעט מען א קליין מיידל הויבט אן גיין...
"גיי נישט, גיי נישט!" האבן אלע אויסגעשריגן... "סכנת נפשות...!"
די קליינע מיידל גייט, אלע שרייען: "וואס טוסטו? וועסט אראפפאלן!" זי קריכט ארויף אויף דעם גרויסן מענטש, דער מענטש גייט שטייטליך אריבער און ער איז אנגעקומען בשלום, אלע האבן געשריגן פאר פרייד אז די קליין קינד איז נישט געפאלן.
מען האט געפרעגט די מיידל: "וואס איז מיט דיר? דו האסט נישט מורא געהאט צו גיין?" זי לאכט און זי פרעגט: "מורא? דער מענטש איז מיין טאטע, אז מיין טאטע נעמט מיך אריבער - ווייסט ער וואס ער טוט, אויף מיין טאטע'ס אקסל האב איך נישט מורא".
רבי מענדל זאגט: "די ווערטער איז מיר אריין אין מיינע ביינער, אז אפילו איך בין אין סיביר - בין איך אויף מיין טאטע'ס אקסל, דער מענטש איז מיין טאטע, אז מיין טאטע נעמט מיך אריבער - ווייסט ער וואס ער טוט, אויף מיין טאטע'ס אקסל האב איך נישט מורא".
טייערע קינדער, לאמיר געדענקען וואו מיר זענען, און וואס עס גייט אריבער אויף אונז ווייסן מיר אז מיר זענען אינעם אייבערשטנ'ס הענט, מיר קענען נישט פאלן, עס קען נישט פאסירן שלעכטס מיט אונז.
בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי עס לויפט א שטריק צווישן צוויי בערג העכער א טאל, ווי איינער גייט אויפן שטריק מיט די הענט אויסגעשפרייט אזוי ווי איינער וויל זיך באלאנצירן, מיט א קליין מיידל אויף די אקסל, און ווי מענטשן קוקן מיט וואונדער פון אונטן די בארג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.