בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויפבויען די קינדער, זיי זאלן נישט זיין צעקלאפטע
חינוך הילדים, הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער אז איר גייט זיין א לערערין אין בית פיגא, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן גרויס הצלחה.


לייגט אריין אין די בית פיגא תלמידות אמונה, יראת שמים מיט מידות טובות, אויך זאלט איר האבן איין ציל פאר אייך – אויפצובויען די קינדער, זיי זאלן נישט זיין צעקלאפטע.


זיין א טיטשער איז א חכמה, נישט קיין מלאכה, מען דארף קענען זיין שטארק מיט וואס מען איז מחנך און אין די זעלבע צייט זיין גוט און הארציג.


אויך זאלט איר בעטן יעדן אינדערפרי פאר אלע תלמידות זיי זאלן מצליח זיין.