בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויגש, עשרה בטבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דיין ווייב דערציילט אז איר לעבן איז איר געווארן א גן עדן לעבן זייט דו האסט אויפגעגעבן דיין סמארט טעלעפאן; זי זאגט זי האט שיין געלעבט מיט דיר ביז אהער אויך, אבער יעצט איז איר ממש געשמאק אין שטוב.
אויך דערציילט זי פון דיין עבודות השם; ווי דו שטייסט אויף יעדע נאכט זאגן תיקון חצות און ווי פלייסיג דו לערנסט, זי רעדט פון דיר זייער שיין. עס דערמאנט מיר וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, איך בין געווען אין צימער ביי מוהרא"ש מיט נאך איינעם, יענער האט דערציילט פאר מוהרא"ש אז זיין ווייב זאגט פאר אלעמען אז איר מאן איז גוט און ערליך, זאגט אים מוהרא"ש: "חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (מדרש משלי ה, יח) 'אשרי אדם שאשתו מעידתו', וואויל איז דעם וואס די ווייב זאגט עדות, 'מיין מאן איז אן ערליכער איד'"; די ווייב זעט דאך דעם מענטש אין אלע צייטן.
שטארק זיך מיט דיין עבודות השם, לייג צו נאך א וויכטיגע זאך אין דיין עבודות השם, לייג צו יעדן טאג טאנצן, קענסט דאס מאכן פריוואט ביי דיר אין שטוב; צינד אן הויך מוזיק און טאנץ: 'שכוח באשעפער אז איך בין א איד'.
א גוט שבת.