בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויפגעהערט צו וועיפן
אומאן, עצבות, ספרים, מרה שחורה, וועיפן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב הנאה געהאט דיך צו טרעפן אין אומאן, און איך האב זיך זייער געפרייט צו וואס דו האסט מיר געזאגט, אז דו האסט אויפגעהערט צו וועיפ"ן פון ווען דו האסט באקומען די בריוו. עס איז א גרויסע סכנה דאס וועיפ"ן, מען ווערט צו דעם אזוי צוגעקלעבט, נאך אסאך מער ווי צו א ציגרעטל, ווייל דאס קען מען טון וואו מען געפינט זיך נאר, און מען קומט נאכדעם צו חילול שבת רחמנא לצלן.


אויך אין ישיבה אין אמעריקא בין איך זייער שטרענג, איך לאז נישט בחורים וועיפ"ן, ווייל דאס איז אזא שטארקע עדיקש"ן; מען וועיפ"ט אינמיטן שלאפן, מען וועיפ"ט אין שול, מען וועיפ"ט איבעראל וואו מען געפינט זיך, ביז מען קען נישט לעבן אן דעם.


זאג נישט אז קיינער דארף דיך נישט, די מחשבות אז 'קיינער דארף מיך נישט' - דאס איז א סימן פון עצבות ומרה שחורה; וואס הייסט קיינער דארף דיך נישט? וועם דארף מען יא? קיינער דארף קיינעם נישט, און נאר דער אייבערשטער דארף דיך, און נאר דאס דארפסטו וועלן, זיין נאנט צום אייבערשטן.


טרייב ארויס די מחשבות פון עצבות ומרה שחורה, און אז דו טראכסט אז קיינער דארף דיך נישט - זאלסטו וויסן אז די רחמנות איז אויף די וואס מיינען אז איינער דארף זיי יא.


מאך זיך א הויפן ספרים; נעם א חומש, משניות, גמרא, שלחן ערוך, תהלים, תיקונים, ליקוטי מוהר"ן ועוד, נעם זיי פאר דיינע חברים, זיי דארפן דיך, זיי ווארטן אויף דיך, זיי וועלן דיך קיינמאל נישט אפלאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.