בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - וואו דו געפונסט זיך, זאלסטו האבן מיט דיר א זעקל ספרים
תפילות אויף אידיש, שידוכים, לימוד התורה, ישיבה, פירושים, ספרים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן; אפילו דו קומסט נישט ארויף אין ישיבה יעדן טאג - זאלסטו מאכן א ישיבה דארט וואו דו געפונסט זיך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף שמואל הנביא (נדרים לח.): "כָּל מָקוֹם שֶׁהָלַךְ" איבעראל וואו ער איז געגאנגען, "בֵּיתוֹ עִמּוֹ" האט ער געהאט זיין שטוב מיט זיך; דאס מיינט מען, ער האט שטענדיג געהאט מיט זיך א חומש, משניות וכדומה. וואו ער איז געווען - האט ער געלערנט תורה, אזוי ווי אין שטוב. אזוי זאלסטו טון; וואו דו געפונסט זיך - זאלסטו האבן מיט דיר א זעקל ספרים, א חומש, משניות, גמרא און תהילים.


אויך זאלסטו רעדן צום אייבערשטן אין דיין שפראך, בעט אים אויף א גוטע שידוך. זאג: "הייליגער באשעפער, איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין ריין". זיי מרחיב בדיבור; קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי די פאר ווערטער שפאלטן הימלען.

#4 - הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, סגולות, שטעטל, סיום, אידיש געלט, נסיונות, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, ספרים, בר מצוה, וואך נאכט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל צו א בר מצוה ביי א חשוב'ע משפחה ביי אונז אין די קהילה. דער בר מצוה בחור האט מסיים געווען ביי די בר מצוה מסכת שבת, דאס איז געווען במקום זיין פשעטל.


ביי די בר מצוה האב איך געזאגט אז עס איז מיר נישט גרינג ארומצופארן צו שמחות, דאך בין איך ארויסגעקומען צו די בר מצוה, היות די עלטערן האבן געמאכט די סעודת בר מצוה אויף א פשוט'ע איידעלע אופן ביי זיי אין שטוב, און איך האף אז אנשי שלומינו וועלן זיין קלוג און דאס נאכמאכן, נישט אויסצוגעבן אומזיסטע געלט און זיך מאכן חובות פאר די פאר שעה, צו פראווענען א שמחה אין א זאל וכו' וכו'.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אבות און די אמהות. מיר זעען אין די וואכעדיגע סדרה, אויפ'ן פסוק (בראשית כג, א): "שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה", זאגט רש"י: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", ווי צדיקים טייטשן: עס איז איר שטענדיג גוט געווען; די אבות און די אמהות האבן געהאט אזא קלארע לויטערע אמונה, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי - איז פאר זייער טובה.


ווייטער זאגט רש"י הקדוש (שם, ב): "נִסְמְכָה מִּיתַת שָׂרָה לַעֲקֵדַת יִצְחָק, לְפִי שֶׁעַל יְדֵי בְּשׂוֹרַת הָעֲקֵדָה שֶׁנִּזְדַּמֵּן בְּנָהּ לַשְּׁחִיטָה וְכִמְעַט שֶׁלֹּא נִשְׁחָט, פָּרְחָה נִשְׁמָתָהּ מִמֶּנָּהּ וָמֵתָה", שטייט פון ספרים, וואס איז די כִּמְעַט 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט', אויבנאויף איז דאך דאס געווען די סיבה פון איר מיתה, אז זי האט געהערט כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט'?! זאגן זיי א פארקערטע בחינה, אז שרה אמנו האט געוויסט אז אברהם אבינו איז געגאנגען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, און ווען זי האט געהערט אז 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט - פון דעם האט זי זיך דערשראקן, זי האט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן אברהם אבינו און איר זון יצחק האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויפ'ן שטן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן; ווי קען זיין, נאך אזויפיל נסיונות, און ער איז אלעס בייגעשטאנען - האט ער יעצט נישט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם איז געווען מיתת שרה. אבער באמת האט אברהם אבינו יא געטון רצון ה', ווייל דער אייבערשטער האט אים נישט געהייסן שחט'ן יצחק, נאר געזאגט (שם כב, ב): "וְהַעֲלֵהוּ שָׁם לְעֹלָה".


דער בר מצוה בחור איז געזיצן מיט א ליכטיגע פנים; אזוי פרייליך. דאס איז די חינוך פון אונזערע מוסדות, ווי די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין גרייט פאר די לעבן, זיי גרייטן אן די קינדער וואס איז א בר מצוה; נישט א זאל, נישט א שפילער, נישט א פארטי פלענער, נישט בלומען וכו' וכו', נאר אז מען גייט זוכה זיין צו לייגן תפילין, מען גייט אריין לעול התורה והמצוות. און אזוי אויך ביי די מיידלעך, די לערערינס לייגן אריין אין די מיידלעך וואס איז חתונה האבן; נישט א זאל, נישט בלומען, נישט א טייערע כלה קלייד, נישט טייערע צירונגען וכו' וכו' וכו', נאר לעבן א שיינע זיסע לעבן, אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט.


נאך די בר מצוה בין איך צוגעגאנגען צום נייעם ספרים געשעפט, דער בעל הספרים סטאר האט מיך מכבד געווען צו קלאפן מזוזה. עס איז מיר זייער געפאָלן דעם געשעפט, ער האט דארט אן אויסוואל פון ספרים פאר אנשי שלומינו וואס ווילן לערנען און מסיים זיין כל התורה כולה. אנגעפאנגען פון חומש - שיינע חמשים, נ"ך - הערליכע סעטס נ"ך, משניות - הערליכע סעטס משניות, תלמוד בבלי - הערליכע שיינע גמרות מיט גרויסע געפינטלטע אותיות, און אזוי אויך תלמוד ירושלמי. הערליכע סעטס רמב"ם. טור, שלחן ערוך. הערליכע סעטס מדרשים, אלע סארטן מדרשים; איך האב זיך געקויפט א סעט מדרש, איינע פון די מדרשים וואס האט מיר געפעלט. הערליכע זוהר, הערליכע תיקונים, אלע דעם רבינ'ס ספרים.


אויך האט ער אריינגעברענגט טעוועלעך שמירה ליולדת, וואס אגב, איך האב אים דאס געבעטן אריינצוברענגען, ווייל איך האב געזען אז אנשי שלומינו ווייסן בכלל נישט פון דעם, אז מען פירט זיך אויפצוהענגען אינעם שטוב פון די יולדות, אויף אלע פיר ווענט - די טעוועלעך פון די שמירה.


איך בין אריין צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פאר די וואך נאכט פון מיין זון יצחק דוד נרו יאיר, איך האב געפרעגט מוהרא"ש וואס איך דארף טון, צי איך דארף אויף זיין און לערנען א גאנצע נאכט, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דארפסט נישט אויף זיין א גאנצע נאכט, איין זאך יא, הענג אויף די טעוועלעך אויף אלע פיר ווענט".


פון דארט בין איך געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א חשוב'ע משפחה, משפחת זוסמאן - וואס האבן זיך יעצט אריינגעצויגן אין איינע פון די נייע דירות אויף טווין ברידזש.


איך האב איבערגענעכטיגט ביי מיר אין שטוב. היינט פארטאגס האב איך געהאט גרויס נחת זייענדיג אין בית המדרש אין שטעטל, זען אברכים זיצן אין לערנען, מען איז זיך קובע עיתים לתורה.


איין פראבלעם האב איך יעדעס מאל וואס איך קום אין שטעטל, עפעס וואס שטערט מיר זייער שטארק; פארוואס איך וואוין נאכנישט דא. ווען איך קום אין שטעטל זאג איך פאר מיין ווייב: "פארוואס קען איך נישט דא וואוינען, פארוואס דארף איך זיין אין שטאט?"


איך האב זיך זייער געפריידט צו קענען טרעפן אונזער דיין שליט"א, ער האט מיר איבערגעגבן זייער שיינע גרוסן סיי פון די כולל אינגעלייט און סיי פון אלע משפחות וואס פרעגן שאלות, איך האב מיט אים גערעדט זייער וויכטיגע זאכן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנגרייטן א פלאץ, אז די ישיבה הקדושה זאל זיך קענען ארויסציען, אזוי וועל איך קענען קומען און זיין אין די שיינע ליכטיגע שטעטל.


איך האב געטראפן הרב רבי יצחק שליט"א, און איך פריי זיך זייער צו קענען ארייננעמען אין מיין שטוב אזא גאסט, ווי עס זעט אויס וועט הרב רבי יצחק שליט"א איינשטיין ביי מיר אין שטוב דעם שבת הבא עלינו לטובה. די תפילות, די באטע און די שלש סעודות וועלן געפראוועט ווערן אין האשקי שול, דאס וועט זיין א גרויסע חיזוק פאר אלע משפחות פון אנשי שלומינו.


יעדער מענטש האט עפעס א שפילצייג וואס מיט דעם שפילט ער זיך, אזוי אויך האט יעדער מענטש עפעס א זאך וואס דאס איז ביי אים זייער באליבט, א זאך וואס מען דרוקט זיך אויס: "דאס איז מיין בעבי"; מיין זאך איז "אונזערע קינדער".


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס דרייווער, ארומפארן אינדערפרי און אויפנעמען די ליכטיגע קינדערלעך, זיי באגרוסן מיט "א גוט מארגן", זיי אויפנעמען מיט א ריזיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס רבי און אפווארטן די טייערע קינדערלעך, אראפגיין פון באס און זיי אויפנעמען מיט א הויכע געשריי מיט'ן קינד'ס נאמען: "א גוט מארגן", מיט א זאפטיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד, זיצן מיט די קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, און אריינלייגן אין זיי לעבן, מוט, ווייזן פאר יעדן איינציגן קינד 'דו קענסט אויך זיין א גרויסער צדיק', און אזוי יעדע זאך וואס האט מיט קינדער.


ווען איך זע דעם קעכער וואס גרייט צו עסן פאר די קינדערלעך, טראכט איך, הלוואי וואלט איך געקענט שניידן ירקות, קאכן אייער און שמירן ברויט פאר קינדער וואס קומען לערנען די הייליגע תורה, און ווען איך זע דעם לאנטש מלמד טראכט איך, הלוואי וואלט דאס געווען מיין זאך; יעדן טאג נעמען די קינדער ביי הפסקה שפילן מיט זיי באלי און מאכן יעדע קינד שפירן אז ער קען די בעסטע די שפיל וכו' וכו'.


גלייך אינדערפרי האב איך גערופן איינער פון די חשוב'ע מלמדים וואס פירן די באס און אים געבעטן: "איך וויל מיט דיר מיטגיין ארומפארן די שטעטל"; וואס זאל איך דיר זאגן, דאס געבט מיר כח. ביי יעדע שטוב וואו די באס שטעלט זיך אפ בין איך אראפגעקומען פון באס, איך האב געגעבן א שריי: "א גוט מארגן! שלום עליכם!" און אויך א גאנצע וועג אויפ'ן באס האב איך פרייליך געמאכט די קינדער. די שטעטל איז שוין גרעסער, עס זענען שוין דא צוויי באסעס וואס נעמען אויף די קינדער, איך בין נאר געווען מיט איין באס.


ניין אזייגער, ווען די קינדער זענען אנגעקומען בין איך געגאנגען דאווענען שחרית מיט די עלטערע קינדער, די ישיבה קטנה פון קרית ברסלב; דער מגיד שיעור זייערער איז הרב ישראל יוסף שניצלער שליט"א, וואס ער טוט מיט די בחורים - איז נישט צום באגרייפן.


איך האב אנגעטון תפילין פאר'ן פרישן בר מצוה בחור אפרים פישל נרו יאיר און נאכן דאווענען איז געווען א שטיקל לחיים.


איך האב געגעבן א שיעור פאר די מלמדים און לערערינס; איך האב זיי דערציילט די גוטע נייעס אז ברוך ה' האברך נתן יוסף ברוך בן טויבא וואס דארף א רפואה שלימה איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר און זיין מצב ווערט בעסער און בעסער, דאס איז אין זכות פון די תפילות וואס מיר אלע בעטן און וואס די קינדער בעטן.


יעצט בין איך אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, צו מחזק זיין די חדר און בית פיגא אין קרית יואל.


איך דארף מקצר זיין, איך בעט דיר זייער, היינט נאכט גייט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך בעט דיר זייער זאלסט קומען.


א שאד אויף יעדן טאג וואס גייט אריבער אנעם לערנען דעם בלאט גמרא פונעם טאג, נעם דו אויך א גמרא און לערן דעם בלאט גמרא. היינט איז די דף מסכת נדרים דף כג. דער רבי האט אונז קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, ווי שווער איז צו נעמען א גמרא און לערנען דעם דף? מסכת נדרים איז קליינע בלעטער, עס וועט דיר נעמען אינגאנצן אפאר מינוט צו דורכלערנען דעם בלאט.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט געציילטע בחורים וואס גייען ארום צאמשטעלן געלט אז איך זאל קענען ארויסגיין פון מיינע חובות וואס איך האב פאר אונזערע מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - אנטלויף פון פרישות, הלואי זאלן מיר זיין פשוט'ע אידן
הדרכות, מורה דרך, הלכה, ספרים, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווארף ארויס דעם ספר פון שטוב; מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל ארויסווארפן דעם ספר פון שטוב. דער בעל מחבר פונעם ספר האט אינזין געהאט לשם שמים, אבער דאס מאכט גרויסע חרבנות.


ברודער, אנטלויף פון פרישות; הלואי זאלן מיר זיין פשוט'ע אידן, טון רצון השם, טון אלעס וואס שטייט אין שולחן ערוך. פרישות איז פאר צדיקים, פאר מלאכים; מענטשן ווי מיר זענען, הלואי זאלן מיר פשוט'ע אידן מקיים זיין וואס שטייט אין שלחן ערוך.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג נאכזאגן וואס רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה פלעגט זאגן ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות פון בינו לבינה וכו': "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן אין הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן די הלכות וכו', דאס גוט קענען - כדי נישט צו נכשל ווערן אין די הלכות, אבער ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו'.


עס איז שווער צו שרייבן באריכות פון דברים שהצניעות יפה להם; אויב דו שפירסט אז עס פעלט דיר אין דעם ענין וכו' וכו' - זוך אויף אן ערליכער איד וואס זאל דיך מדריך זיין ווי אזוי די תורה זאגט מען זאל לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - ספר גדרי מועדים, הלכות ומנהגים אויף יום טוב פסח
הלכה, ספרים, יום טוב, הסכמה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד הרב הגאון רבי גד סולומון שליט"א, מו"ץ וראש הכולל קהילת היכל הקודש יבנאל


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז מעלת כבודו גרייט זיך יעצט ארויסצוגעבן דעם הערליכן ספר "גדרי מועדים, הלכות ומנהגים" - אויף יום טוב פסח.


האמת אגיד, איך בין זיך מחי' מיט די קונטרסים פון די הלכות אויף יעדן יום טוב פון מעלת כבודו. במשך יום טוב באנוץ איך זיך מיט די הערליכע קונטרסים, אויך די יאר שנת השמיטה האב איך זייער הנאה פון די שאלות ותשובות פון מעלת כבודו, יעצט אז מען געבט דאס ארויס אין א ספר שלם - איז דאס זייער א גוטע זאך.


איך בין נישט פאסיג צו געבן הסכמות, מעלת כבודו דארף נישט מיין הסכמה; איך וויל אבער נישט אפזאגן מעלת כבודו. איך געב א ברכה איר זאלט זוכה זיין צו קענען ווייטער מרביץ תורה זיין מיט ישוב הדעת, און מיר זאלן זוכה זיין צו בנין בית המקדש במהרה בימינו, אמן.

#1 - אינו דומה א ספר אן מפתחות צו א ספר מיט מפתחות
אשר בנחל, ספרים

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך ווארט שוין אזוי לאנג צו הערן פון דיר וואו דו האלסט מיט'ן מגיה זיין די אידישע בריוו פון אשר בנחל.


דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל טויזנטער בחורים, מיידלעך, ווייבלעך און אינגעלייט זענען זיך מחי' מיט די חיזוק פון מוהרא"ש; די חיזוק פון מוהרא"ש איז וואונדערליך, עס העלפט אין יעדן מצב, עס העלפט יעדן איינציגסטן מענטש.


דעריבער בעט איך דיר זייער, לאז מיר וויסן וואו די בריוו, די ספרים – האלטן. אויך די מפתחות איז זייער וויכטיג צו ענדיגן; אינו דומה א ספר אָן מפתחות צו א ספר מיט מפתחות, לאז מיר וויסן ווי דאס האלט, איך וויל יעצט איבערדרוקן אלע אידישע חלקים.


דו וועסט זען א גרויסע ישועה בכל ענינים, דו וועסט זען קלאר די גרויסע ניסים; מוהרא"ש האט מבטיח געווען, ווער עס וועט דרוקן די בריוו – וועט האבן א ישועה למעלה מדרך הטבע.